Back

ⓘ העברעיש - העברעאיש, אראביש, צהל, געריכט, אקאדעמישער דיפלאם, א-טור, פראנצויזישע בערגל, המודיע, ליטוואקעס, בקעה, מקור ראשון, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע ..




                                               

העברעאיש

העברעאיש איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית ענדלט אין -להבדל- לשון קודש. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט לשון קודש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן לשון קודש און זיי האבן גערעדט אראמיש. דאָס מאָדערנע העברעאיִש עברית ישראלית איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון ...

                                               

אראביש

אַראַביש איז א סעמיטישע שפראך און האט א שייכות מיט אנדערע סעמיטישע שפראכן ווי העברעיש און אראמיש. מער ווי 280 מיליאן רעדן אראביש אלס מוטערשפראך, כמעט אלע אינעם מיטל מזרח און צפון אפריקע, און נאך 250 מיליאן אלס צווייטער שפראך. אראביש האט געבארגט ווערטער פון אנדערע שפראכן, כולל העברעיש, פערסיש און סיריש. די אראבישע שפראך האט 28 אותיות, און ווערט געשריבן פון רעכטס אויף לינקס. צווישן די ווערטע וואס שטאמען פון אראביש זענען אלגעברע, אלקאהאל, צוקער און מאגאזין.

                                               

צה"ל

צה״ל איז דער נאמען פון דעם ישראלישן מיליטער. זי איז אװעקגעשטעלט געווארן צװײ װאכן נאך װאָס מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן, אין מיטן מלחמת העצמאות. לױטן געזעץ אין ישראל דארף יעדער בירגער וואס האט פֿולע 18 יאהר, דינען ווי א סאלדאט אין צה"ל, מענער דרײַ יאָר און פרויען בלויז צוויי. ישיבה בחורים מעגן אימער אָפשטופן זייער באדינונג ווי לאַנג זיי זיצן און לערנען. מיידלעך קענען זיך באפרייען, ביים דעקלערן אז זיי זענען רעליגיעז. צה"ל איז געשטעלט אויף צוויי סארטן זעלנער, זעלנער אלס פליכט, און זעלנער אין רעזערוו. די רעזערוו איז די פאקטישע רוקנביין פונעם ישראל מיליטער,

                                               

געריכט

מיינסטו די רעליגיע בית דין צדק? געריכט אין העברעיש: בית משפט, אין לשה"ק: ערכאות איז א סעקולערער געריכטהויז וווּ די געזעצן ווערן ארויסגעגעבן לויט די לאנד געזעצען.

                                               

אקאדעמישער דיפלאם

אן אַקאַדעמישער דיפּלאם איז א דיפּלאָם פּראָגראַם וואס די אוניווערסיטעטן און די קאַלעדזשן באשיינען סטודענטן וואס האבן געענדיקט מיט הצלחה לערנען זייערע לערנונגען. עס זיינען דא דריי ראנקען פון דיפלאמען: .Ph.D אין פילאזאפיע. DR. דאקטאר אין העברעיש תואר שלישי BA אין העברעיש: תואר ראשון. MA אין העברעיש: תואר שני.

                                               

א-טור

אַ-טּוּר איז א געמישטע קווארטאל אין מזרח ירושלים, וואס געפינט זיך אויף הר הזיתים 813 מעטער העכער דעם ים-פלאך. אין 2016 האבן געוואוינט דארט 23.466 באוואוינער‏.

                                               

פראנצויזישע בערגל

פֿראַנצויזישע בערגל איז א געגנט אין צפון-מזרח ירושלים, געגרינדעט 1971. ער איז צו צפון פון דעם העברעאישן אוניווערסיטעט וואס דאס ברענגט אסאך סטודענטן צו דינגען דארט דירות. ער איז א שטילער און רואיגער געגנט מיט 7.000 איינוואוינער, גאנץ קליין קעגן אנדערע געגנטן,

                                               

המודיע

המודיע איז א צייטונג וואס קומט ארויס טעגליך אין ארץ ישראל אויף העברעיש, און אין אמעריקע אויף ענגליש. אין אנהייב פלעגט דאס ערשיינען אין אידיש אין פוילן, אבער היינט צוטאגס איז דאס נישט פארהאנען אויף דער אידישער שפראך צוליב דעם וואס אין די אגודה קרייזן רעדט מען אזוי פיל יידיש.

                                               

ליטוואקעס

ליטוואַקעס זענען יידן וואס שטאַמען פון ליטע. די ליטוואקעס זיינען שטארק פרום און אסאך פון זיי פירן זיך לויטן גר"א שטרענג לויט דעם שלחן ערוך. לערנען תורה איז ביי זיי דאס עיקר לעבן. היינט אין אמעריקע האבן זיי אַדאָפּטירט געוויסע פירונגען פון די חסידים, אבער זענען נאך אלץ מער וועלטליך און מאדערן. היינטיקע רעליגיעזע ליטוואקעס רעדן יידיש ליטווישן דיאלעקט און אויך די שפראך פון לאנד, ווי למשל אין אמעריקע רעדן זיי ענגליש און ארץ ישראל העברעיש. די בחורים שניידן אדער שערן זיך די בארד. באהאלטן די פיאות אונטער די אויערן.

                                               

בקעה

בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט געבויט געווארן דורך אראבער, אין די ענדע 19טער י"ה. און פאר איטליכער הויז איז געווען א גארטן, פאר לאנדווירטשאפט, וואס האט אנגעהאלטן ביז די 1950ער יארן. ביי די מלחמת השחרור זענען די איינוווינער אנטלאפן, און די געגנט איז אויף די יידישע זייט, די רעגירונג, האט אויפגעשטעלט בלאק הייזער, פאר אלע נייע עולים, און די גארטנס זענען פארשווינדן געווארן. אין די לעצטע יארן, איז די שטאטראט פארנומען מיט איבערבויען, און צופיצן די געגנט. די געגנט גרענעצט ...

                                               

מקור ראשון

                                               

תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע

תל אָביב אוניווערסיטעט באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען באַן סטאַנציע אין צפון תל אביב, נאנט צו תל אביב אוניווערסיטעט און דעם ישראל יארידן און קאנווענצן צענטער. די סטאַנציע האָט פיר פעראנען און פֿון דאָרטן קען מען פארן צו אַלע צילן פֿון דער ישׂראל-באַן. זי איז געבויט געווארן אין יאר 2000.

                                               

אלף בית

אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות. מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַדינאָ, אַראַמיש און אַנדערע שפּראַכן וואָס יידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

                                               

אליעזר בן יהודה

אליעזר בן יהודה איז געווען דער גרינדער און שאפער פון דער מאדערנער העברעישער שפראך. געשטארבן שבת מיט דער פענע אין דער האנט.

                                               

גימטריא

גימטריא מיינט אז יעדער אות פון לשון הקודש האט א ווערט לויט נומערן. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו רעכענען גמטריאות, אזוי ווי די ענדע אותיות מנצפ"ך קענען ווערן גערעכנט לויט זייערע אותיות ווערט, אבער לויט געוויסע חשבונות ווערט דאס גערעכנט צו די הונדערטער נומערן נאך ת אזוי קומט אויס אז ב"ן איז בגימטריא שב"ת. גימטריאות טרעפט מען שוין אין די גמרא, און אין ספרי קבלה, און ספרי חסידות. הייינט צו טאגס באנוצן זיך בדחנים מיט שיינע גמטריאות ווען זיי גראמען ביי א חתונה. דער ספר "בעל הטורים" פון רבינו יעקב בן אשר איז פול מיט גימטריאות אויף די פסוקים פון דער תורה.

                                               

הייליג פאר מיר

די פילם פאלגט נאך א פרייער טור גייד וואס האט זיך געטויפט צו קריסטנטום און געווארן א גלח וואו ער פיהרט טוריסטן אויף א מאדנעם טור אין תל אביב פּרעדיגנדיג פאר זיי די גאנצע צייט איבער רעליגיעזע זאכן.

                                               

העברייאיזמען אין אידיש

העברייאיזמען אין אידיש איז א ווערטערבוך וואס פארטייטשט און ערקלערט איבער פיר טויזנט לשון קודשדיגע און אראמישע ווערטער, ציטאטן און באגריפן פון חומש און גמרא וועלכע ווערן ברייט באניצט דורכן המון עם אין יודיש. אזוי אויך שרייבט ער דעם פאנעטישן אויסלייג אין יודיש, נעבן יעדעס ווארט - וועלכער איז מערסטנס לויטן ליטווישן דיאלעקט אבער סאיז זייער אינטרעסאנט וויבאלד אסאך ווערטער זענען אנדערש צו דאס וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן פון די ליטוואקעס. אויך איז צו באמערקן אז צו באצייכענען א נאמען און טיטל, ניצט ער דעם לאטיינישן N און T זילבע. עס איז צאמגעשטעלט און דערקלערט געווארן דורך נ. פּערפערקאוויטש. ...

                                               

מחרוזת

מחרוזת באדייט אין יודישע מוזיק טעיפס ווען אין איין טרעק זינגט מען מער ווי איין ניגון אהן זיך אפשטעלן. אפט מאל איז דאס ווייל עס איז עטליכע אלטע ניגונים פון די זעלבע נושא וואס מען וויל איבערחזרן, אדער ווייל עס איז נישטא קיין פלאץ אינעם אלבאם פאר נאך עטליכע ניגונים אדער פאר אנדערע סיבות.

                                               

פרענומעראנטן

פּרענומעראנטן איז א אידישע ווארט צוזאמענגעשטעלט פון די פארזילבע פּרע דער זאך-ווארט נומער און דער נאכזילבע אנט. אבער וואס איז איר באדייט? זייער איינפאך, דאס איז א ליסטע מיט נעמען פון מענטשן, געווענליך קאטעגארירט לויט זייערע וואוינערטער וועלכע האבן זיך פאראויס איינגעשריבען און באצאלט צו קויפן דעם ספר אדער בוך וועלכע לויטעט צו ערשיינען, און אזוי ארום געגעבן פארן פערפאסער פאראויס געלט מיט וואס ער זאל קענען צוגיין צום דרוק. פרענומעראנטען, איז נישט מעות קדימה. פרענומעראנטען מיינט חותמים, וואס זענען זיך מתחייב צו קויפען דעם ספר ווען סוועט ארויס פון דרוק, אנדערש ווי געבען געלט פון פאראויס מעות קדי ...

                                               

גלעד צוקערמאן

פראָפעסאָר גלעד צוקערמאַן, DPhil, PhD, איז א באקאנטער ישראלישער קאנטאקט-לינגוויסט און מומחה אויף דער יידישער און העברעישער שפראך, קולטור און אידענטיטעט. ער פֿאַרנעמט זיך מיט וויכטיקע פֿאָרשונגען אויפֿן געביט פֿון שפּראַך־אויפֿלעבונג. ער לערנט אין אַדעלאַידער אוניווערסיטעט אין אויסטראליע און האט פריער געלערנט אין ענגלאנד, אמעריקע, כינע, ישראל, סלאוואקיי און סינגאפור. זיינע פובליקאציעס - אויף יידיש, ענגליש, העברעיש, איטאליעניש, שפאניש, דייטש, רוסיש און כינעזיש - נעמען אריין ביכער ווי ישראלית, שפה יפה, Revivalistics: From the Genesis of Israeli to Language Reclamation in Australia and Beyond, ...

                                               

ריטא

ריטאַ יאַהאַן־פֿאַרוז קליינשטיין איז א פראפעסיאנאלע ישראלדיקע זינגערין און אקטריסע. זי זינגט פאפ און ראק אויף העברעאיש, ענגליש און אין איהר מוטער שפראך פערסיש.

                                               

שפראכן קריג

דער שפראַכן קריג האָט אויסגעבראָכן אין 1913, ווען די ציונים אין ארץ ישראל האָבן געאַרבעט מעשים צו ווירקן אויף די ייִדישע אייראפעיִשע עמיגראַנטן וואָס האָבן מייסטנס גערעדט ייִדיש, און ייִדיש איז געווען זייער מאַמע לשון, זאָלן אויפהערן זיך ניצן מיט ייִדיש וואָס לויט די ציוניסטן האָט ייִדיש פֿאַרצייכנט זייער אַלטן גלות, און אָנהױבן זיך ניצן נאָר מיט העברעאיש. די פֿאַרלאַנג איז געפֿאַלן זייער שווער אויף די נײַע עמיגראַנטן. אין אָנהױב האָבן זיי ממשיך געווען צו רעדן און שרײַבן ייִדיש, אויך האָבן זיי ממשיך געווען צו שרײַבן ייִדישע ליטעראַטור אאַ"וו, ווײַל ייִדיש איז געווען פֿאַר זיי זייער ווייך א ...