Back

ⓘ קולטור - מערב וועלט, פלשתים קולטור מוזיי, טעקסאס, יידישע קולטור, אוראלט רוים, וויעטנאם, 1טן יוני, כינעזישער קאלענדאר, מוזיק, שלום עליכם הויז, אונעסקא, וויען ..




                                               

מערב וועלט

וועסטליכע קולטור איז דער נאמען פון דער קולטור וואס האט זיך אנטוויקלט איבערהויפט אין אייראפע, און אין די לעצטע הונדערטער יארן אויך אין צפון אמעריקע און אין אויסטראליע. די קולטור איז באווירקט געווארן, מיט וואס עס באלאנגט צו וויסנשאפט און קונסט, איבערהויפט פון די אלטע גריכלאנד אין פארשידענע אנגעלעגנהייטן, ווי אין פאליטיק, וויסנשאפט, ליטעראטור, קונסט, און נאך. און וואס עס באלאנגט צו מאראל און עטיקייט איז דער קולטור באווירקט געווארן פון יידישקייט, א טייל פון זיי דורך די קריסטן. פאלגנד איז א טייל פון וואס די קולטור איז באאיינפלוס געעוארן פון די יידן: די הייליקייט פון ארץ ישראל דער הויפטזאך פון פ ...

                                               

פלשתים קולטור מוזיי

פּאַלעסטינער קולטור מוזעי העברעאיש: המוזיאון לתרבות הפלשתים ע"ש קורין ממן - Corinne Mamane Museum of Philistine Culture איז אַן אַרכעאלאָגישער מוזעי אין אשדוד, ישראל. עס שטעלט פאָהר דער קולטור פון די פלשתים וואס האט אנגעבלעך אמאהל געלעהבט אין דער געהגנט פון דער שטאָהדט. דער מוזעי איז דער איינציגסטער מוזעי אין דער וועלט באשטימט פאר די פּלשתּים קולטור. עס איז געוועהן דער ערשטער מוזעי אין אשדוד. עס האט זיך געעפנט אין 1990.

                                               

טעקסאס

צו מיינט איר שטייער? טעקסאַס איז איינער פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דרום-מערב, וואס ווערט אנגערופן וועסט-סאוט-סענטראל. זיין הויפטשטאט איז אסטין. די גרעסטע שטעט אין טעקסאס זענען היוסטן, סאן אנטאניא און דאלאס. דער פריערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשארזש וואלקער בוש איז דארט געווען גובערנאטאר, ער האט צוויי מאל געוואונען די וואלן דארט.

                                               

יידישע קולטור

יידישע קולטור איז געווען א יידיש־שפראכיקע אויסגאבע וועלכע איז ארויסגעגאנגען אין ניו יארק אין די יארן פון 1938 ביז 2004. דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער שרייבער און דזשורנאליסט נחמן מייזל. דערנאך האט אים איבערגענומען יצחק גאלדבערג.

                                               

אוראלט רוים

אוראלט רוים איז דער נאמען פון די קולטור וואס האט געשטאמט פון רוים זינט דעם 8טן י"ה פ"צ ביזן 5טן י"ה. די רוימישע קולטור צוזאמען מיט די גריכישע קולטור ווערן פארעכנט אלס די גרונטן פון דער מערב וועלט.

                                               

וויעטנאם

‫‫ וויעטנאַם וויעטנאמעזיש: Việt Nam, אפיציעל די סאציאליסטישע רעפובליק פון וויעטנאם וויעטנאמעזיש: Cộng hòa xã hội chủ nghĩa Việt Nam, איז דאס מערסט מזרחדיקע לאנד אויף דעם אינדאכינע האלבאינזל אין דרום-מזרח אזיע. מיט א געשאצטע 92.7 מיליאן באוואוינער אין 2016, איז ער דאס פֿערצנט-מערסט-באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, און דאס ניינט מערסט באפעלקערטע לאנד אין אזיע. וויעטנאם גרענעצט כינע צו צפון, לאאס צו צפון־מערב, קאמבאדיע צו דרום־מערב, טיילאנד אריבער דעם איינגאס פון טיילאנד צו דרום־מערב, און די פיליפינען, מאלייזיע און אינדאנעזיע אריבער דעם דרום כינע ים צו מזרח און דרום־מזרח. דער דרום כינע ים ווערט ...

                                               

1טן יוני

1792 - קענטאקי ווערט דער 15טער שטאַט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. 2005 - האלאנד ווארפט אפ די אייראפעישע קאנסטיטוציע אין א רעפערענדום. 1796 - טענעסי ווערט דער 16טער שטאַט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. 1998 - אויפגעשטעלט דער אייראפעישער צענטראלבאנק. 1533 – אן באלין באקרוינט מלכה פון ענגלאנד.

                                               

כינעזישער קאלענדאר

דער כינעזישער קאלענדאר איז דער קאלענדאר אנגענומען אין דער קולטור פון כינע און מזרח אזיע. ער ארבעט אויף א ציקל פון 60 יאר. צוויי יאר נאכאנאנד האט דאס יאר א נאמען געבונדן מיט איינעם פון די פינף יסודות, לויטן פאלגנדן סדר: ערד פייער וואסער מעטאל האלץ און א נאמען פון א בעל חי לויט די סימנים פון די צוועלף מזלות: מאלפע 1992.2004.2016.2028 טיגער 1998.2010.2022.2034 דראקאן 2000.2012.2024.2036 שלאנג 2001.2013.2025.2037 חזיר 1995.2007.2019.2031 אקס 1997.2009.2021.2033 הון 1993.2005.2017.2029 פערד 1990.2002.2014.2026 ראץ 1996.2008.2020.2032 הונט 1994.2006.2018.2030 שאף 1991.2003.2015.2027 קיניגל 1999. ...

                                               

מוזיק

מוזיק, איז אן אָרגאנעזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קולות און אזוי ווײַטער. מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער. די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

                                               

שלום עליכם הויז

שלום־עליכם־הױז איז א קולטור־צענטער פאר די יידישע קולטור. עס איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 1966 אין תל אבֿיבֿ און רופט זיך לויטן נאמען פון דעם באוווסטן יידישער שרייבער, שלום עליכם. דער דירעקטאר פונעם הויז איז פרופ אברהם נאווערשטערן. דער קולטור־צענטער פארנעמט זיך מיט פארשן, אפהיטן און פארשפרייטן די יידישע קולטור אריינגערעכנט יידיש-קורסן. אין דעם הויז עקזיסטירט א ביבליאטעק, פארטראג־זאל, ארכיוו, לערן־צימער און אן אויסשטעלונג־זאל. יעדע יאר באשטימען זיי סטיפענדיעס פאר די פארשער און געלערנטע. די געביידע פונעם הויז האט אויספאמירט דער ארכיטעקט אוריאל כהנא, וואס איז געווען אן אוראײניקל פון שלום עליכם.

                                               

אונעסקא

אונעסקא איז די ארגאניזאציע פאר בילדונג, וויסנשאפט און קולטור פון די פאראייניגטע פעלקער. אונעסקא איז געגרינדעט געווארן דעם 16טן נאוועמבער 1945, מיטן ציל פון העלפן צו אינטערנאציאנאלע פרידן און זיכערהייט. אינגאנצן זענען 195 לענדער מיטגלידער אין אונעסקא. די ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך, און האט אנשטאלטן אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט. אונעסקא ארבעט דורך פינף הויפט פראגראמען: בילדונג, נאטירלעכע וויסנשאפטן, סאציאלע וויסנשאפטן, קולטור, און קאמוניקאציע און אינפארמאציע.

                                               

וויען

וויען איז די הויפטשטאט פון עסטרייך, און אויך איינער פון די ניין שטאטן פון עסטרייך. מיט א באפעלקערונג פון 1.7 מיליאן, איז וויען קלאר די גרעסטע שטאט אין עסטרייך, ווי אויך דער קולטור, עקאנאמישער און פאליטישער צענטער. זי איז די 10טע גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד. וויען ליגט אין דער מזרח זייט פון עסטרייך גאנץ נאנט צו טשעכיי, סלאוואקיי און אונגארן.

                                               

איך ליב דיר, מאן

איך ליב דיר, מאן איז א אמעריקאנער ראמאנטיק קאמעדי ענגליש שפראכיגער פילם ערשינען אין יאהר 2009 וואו עס שפילן דזשעיסאן סיגל און פאול ראד דירעקטירט ביי דזשאן האמבורג. עס ערשיינען אויך די ראק בענד ראש און ליאו פערינגאו.

                                               

אנימע

אַנימע איז די אלגעמיינע טערמין געניצט אין די מערב וועלט צו באשרייבן די באזונדער זשאַנער פון אנימאציע וואס איז אנטוויקלט אין יאפאן, ווייל אין יאפאן גופא מען נוצט די ווערט פאר כּלערליי אנימאציע, סיי היגע סיי אויך פון דער גאנצער וועלט. אנימע איז געוויינלעך געשאפן דורך אנימאציע טעכניק, אדער ביי האנט אדער מיט א קאמפיוטער, אין צוויי דימענסיעס אדער דריי דימענסיעס. רוב מאל מאכט מען די פערסאָנאַזש מיט גאר גרויסע אויגן און מאדנע פֿאַרקאַמען.

                                               

אקטיאר

אן אַקטיאָר אדער שוישפילער/ין איז איינער וואָס שפילט אין אַ פילם אָדער טעאַטער אָדער סתם אַזוי נאָך מאַכענדיג אַן אַנדער כאַראַקטער.

                                               

בראניס

בראָניס זענען אנהענגער פון די 2010 אנימירטע טעלעוויזיע סעריע "מיין קליינער פאָני: פריינטשאפט איז צויבער". דער פאנדאם כולל מערסטנס זכרים, אבער אויך נקיבות ארויס פונעם פאקטישע צילבערט גרופע פון דער סעריע - מיידלעך פון פיר יארן צו ניין. די סעריע איז געווארן באשאפן דורכן אנימאטארין לארען פאוסט.

                                               

גיטאר שפילער (מאגאזין)

גיטאר שפילער איז א ענגליש שפראכיגע מאנאטליכע מאגאזין פאר גיטאר ליבהאבער געגרינדעט אין קאליפארניע, פאראייניגטע שטאטן אין יאהר 1967 מיט א צירקולאציע פון 134.146.

                                               

דאנק טאג

דאַנק טאג אדער דאַנקטאג איז א נאציאנאלע וועלטלעכע פעדעראלע חגא וואס ווערט געפייערט אין די פאראייניגטע שטאטן דעם פערטן דאנערשטיג פון נאוועמבער זינט 1941, און אין קאנאדע דעם צווייטן מאנטיג פון אקטאובער באשטימט אפיציעהל אין 1957. אין יאפאן פייערט מען דעם ארבעטער דאנק טאג יערלעך דעם 23סטן נאוועמבער.

                                               

האלאווין

עס שטאמט ארגינעל פון א חגא ביי די שבטים אין די אירישע און סקאטישע געגנט מיטן נאמען Samhain וועלכע האט אפגעצייכנט די ענדע פון די זומער שניט און אנהויב פונעם ווינטער. שפעהטער איז עס אריינגענומען געווארן אין די קריסטליכע חגאות.

                                               

האליוואד

                                               

היפ האפ

היפ האפ איז א סטיל פון מוזיק וואס האט אנגעהויבן ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער און לאטינא-אמעריקאנער געמיינדעס אין די גרויסע שטעט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. היפ האפ ניצט א סטיל פון זינגען וואס ווערט גערופן ראפ. אין ראפ טוט דער זינגער זאגן ווערטער מיט א ריטעם און גראמען. די היפ האפ קולטור איז נישט נאר די מוזיק נאר אויך די מאדע פון טראגן קליידער ווי למשל לויזע הויזן, לעדערנע ארבעט שטיוול און גרויסע העמדער.

                                               

טאטואירונג

טאַטויִרונג איז ווען מע קריצט אריין אינעם לייב א שריפט אדער א בילד מיט טינט וואס זאל בלייבן אין דעם לייב אויף שטענדיג. דאס איז א גאר אלטער שטייגער נאך פון דער שפעטערער פאַלעאליטישער תקופה. אמאל האט מען דאס געטון פון טראדיציאנעלע אדער רעליגיעזע סיבות, היינטיקע צייטן איז דאס א מאדע. די נאציס האבן טאטוירט זייערע געפאנגענע מיט נומערן ביי די קאנצענטראציע לאגערן אינעם חורבן־אײראפּע אויף צו זיי אידענטיפיצירן. היינט צוטאגס איז מעגליך אראפ צונעמען טיילווייז א טאטוירונג.

                                               

טאמעס קרעין (זינגער)

טאַמעס קרעין איז א אויסטראליער זינגער און פאָרשטעלער וועלכער איז באוואוסט מיטן גוט נאכמאכן פרעדי מערקורי און זיין טרופע. זיין שטימע איז טאקע נישט ווי פרעדיס, אבער סצענעס וואס ער שטעלט אהער זענען געלונגענע. ער האט אפילו די וואנצע און נאטורליך ארויסגעשטעקטע פאדערשטע ציין ווי איהם. ער איז באקאנט געווארן נאכן אויפטרעטן אויף די אויסטראליע טעלעוויזיע פראגראם אויסטראליע האט טאלאנט. און זינט דאן גיבט ער קאנצערטן און טורס אריינגערעכנט איינס אין די פאראייניגטע שטאטן אום 2013.

                                               

טאנץ

טאַנצן איז אַ אױסדריק מיט באװעגן דעם קערפּער װען מען הערט מוזיק אָדער טעמפּאָ. געװײנטלעך טאַנצט מען צו אױסדריקן פרײלעכקײַטן אָדער ליבשאַפט. די קונסט צו באשאפן טענץ הייסט כארעגראפיע. עס זײַנען דאָ פֿאַרשידענע סאָרט טענץ: טאַנגאָ הארא ר אלימלךס טאנץ װאַלעס היפ האפ ברוגז טאנץ

                                               

לינקאלן צענטער

לינקאָלן צענטער פֿאַר די פארשטעלונג קונסטן איז אַ קאָמפּלעקס פון געביידעס מיט אַ גאַנצן געגנט פון 61 דונאַם אין ניו יארק, וואס דינט אלס מוזיי פאר 12 קונסט אפטיילונגען. דאס אָרט איז געבויט געווארן אין די 60ער יארן פונעם צוואנציגסטן יאָר-הונדערט, דורך ראבערט מאזעס, אלץ טייל פון אַ פּלאַן איבערצומאכן די שטאט, דאן איז עס געווען דאס ערשטער צונויפקום פון וויכטיק קולטור אינסטיטוציעס, אין איין צענטראל אָרט אין איין שטאט, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס געפונט זיך צווישן קאָלומבוס און אַמסטערדאַם עוועניו, צווישן 62 סטריט וועסט און 66 סטריט וועסט, אין "אַפּער וועסט סייד" מאנהעטען. דארט קומט אויך פאר ...

                                               

ניינטי סעקאנד סטריט וויי

אזא סאָציאַלער, פריי-אידישער קולטור צענטער פּלאצירט אין א ריזיגער געביידע אויף דער 92טער גאס ראג לעקסינטאן עוועניו, אין דער וועסט סייד פון מאנהעטן, ניו יארק סיטי. דער צענטער ווערט פינאנצירט דורך רייכע אידישע עשירים, מיטן ציל צו צוזאמהאלטן די פרייע אידן זיי זאלן זיך נישט אסימילירן צווישן די גוים אין אמעריקע; זיי זאלן פארברענגען סאציאל אינאיינעם מיט ספארטס און איבונגען און שיינע פראגראמען. אין דעם צענטער ווערן אויך אפגעהאלטן דרשות פון פּאפולערע אידן. זייערס א בלאג אנטטהאלט א לוח מיט בילדער פון די געשעענישן און אויפטריטן אין זייער צענטער.

                                               

צירקוס

א צירקוס איז א פארשטעלונג וואס טראגט א קאמיעדער כאראקטער. אין א צירק מאכט מען קונצן מיט חיות אדער דזשאנגליאר. ווען א קינד מאכט איבערקערענישן אין חדר זאגט מען: "ער מאכט א צירק".

                                               

רוה טאג

א רו־טאג, אדער יום שבתון ווי אין לשון קודש, איז א טאג וואס דאס פאלק האט אויסגעוועלט זיך אפרוען פון ארבעט. עס זענען דא ימים טובים און חגאות וואס זענען נישט קיין רוה טעג, אבער אין אלגעמיין צייכענט מען אפ א יום טוב דורך רוען. אין פראנקרייך האבן די ארבייטער די מערסטע רוה טעג.

                                               

רייזע

רייזן איז די טראנספארט פון מענשטן דורך פארן און פליען מיט אן אעראפלאן, שיף, אויטא אדער אפילו שפאצירן. דאס הייסט פארן אויף די וועלט זעהן און מיטלעבן נייע זאכן ווען מען פארט אויף וואקאציע רופט מען דאס אן רייזען.

                                               

טאטעל גיטאר

טאטעל גיטאר איז א מאנאטליכער ענגלישער גיטאר זשורנאל געגרינדעט אין 1994 באזירט אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך, וועלכע איז די בעסט פארקויפנדער גיטאר מאגאזין אין אייראפע מיט א צירקולאציע פון איבער פערציג טויזנט.

פייערווערק
                                               

פייערווערק

פֿייערווערק זענען דינאמיטן געמאכט פון שיספולווער. זיי שיסן ארויס שיינע קאלירטע ליכט אין דער הויך. דאס באנוצט ווי א פארוויילונג אין פארשיידענע פייערטעג.

                                               

פרעמיערע גיטאר

פּרעמיערע גיטאַר איז א מאנאטליכער ענגלישער גיטאר זשורנאל געגרינדעט אין 2007 באזירט אין דעם פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, וועלכע איז די בעסט פארקויפנדער גיטאר מאגאזין אין אייראפע און פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע מיט א צירקולאציע פון איבער פערציג טויזנט.