Back

ⓘ קאמפיוטעריי - יוניקאד, פאבריקאציע, דרוקער, זוכמאשין, וואלונטיר, אלגאריטם, אינטערנעט, מיינקראפט, ווייכווארג, פעלד, סטיוו דזשאבס, ביט, C-base, טעקע סיסטעם ..




                                               

יוניקאד

יוניקאד איז א קאמפיוטעריי אינדוסטריע סטאנדארד פאר איינקאדירן פאר קאמפיוטערס טעקסט געשריבן אין כמעט אלע פון דער וועלטס שריפט סיסטעמען. מהאט פארעפנטלעכט דעם סטאנדארד אין דעם בוך The Unicode Standard ; די לעצטע ווערסיע פון יוניקאד האט מער ווי 109.000 כאראקטערס אין 93 שריפטן.

                                               

פאבריקאציע

פֿאַבריקאַציע איז דער פּראָצעס פון פּראדוצירן א פּראָדוקט. דער פּראָצעס איז אַ וויכטיקער טייל פון דער עקאָנאָמיע. די קוואַליטעט פון דער פּראָדוקציע איז אָפהענגיק אין עטלעכע סיבות, אַזוי ווי קוואַליטעט פון די מענטשן וואָס באַשעפֿטיגן זיך מיט פֿאַבריקאַציע, די קוואַליטעט פון די רויע מאַטריאַלן, די קוואַליטעט פון די מיטלען פון פּראָדוקציע. די קוואַנטיטעט פון פּראָדוקציע ווענדט זיך אויף דער עקאנאמישער גלייכוואָג פון דעם מאַרק, ד"ה, דער פארזארג קעגן נאכפרעג און דאס מאַרגינאַלע ניצן קעגן די מאַרגינאַלע קאסטן.

                                               

דרוקער

היינט ווערט רוב דרוקעריי געמאכט מיט א לאזער, דאס טייטשט אז אנשטאט נעמען נאסע טינט און דאס אנשמירן אויפן פאפיר, נעמט מען שטויב טינט און מען ברענט דאס ארויף אויף די אנגעצייכנטע פלעצער, אבער עס איז א שטוינענדער פאקט אז די סארט לאזער דרוקעריי האט בכלל נישט דעם אויסקוק פון קיין ארגיניאלער שריפט, קעגן דעם אינק דזשעט, אדער אריגיאנלער פרינט.

                                               

זוכמאשין

א זוכמאַשין איז א דינסט אין דעם פעלד פון קאמפיוטעריי צו זוכן טעקעס און אינפֿארמאציע. בפרט ניצט מען א זוכמאשין צו טרעפֿן אינפארמאציע אויף דער אינטערנעץ, מען ניצט א זוכמאשין אויך צו זוכן א דאטן באהאלטער אויף איין ארט ווי למשל אלע דאטן אויף א געוויסן קאמפיוטער אדער א קאלעקציע פון שאלות ותשובות אדער אנדערע ספרי קודש אויף א סידי אדער אן אנדער סארט איינשפייכלערונג. די זוכמאשינען אויפן וועלטגעוועב ניצן ראבאטן צו שאפֿן אינדעקסן דורך וועמען מען קען גאנץ גיך אויסטרעפן די רעזולטאטן פון א זוך. היינט איז גוגל דער מערסט באקאנטער אינטערנעץ זוכמאשין, אויך איז דא יאהו. פון די אלטע זוכמאשינען איז פאראן Lyco ...

                                               

וואלונטיר

א וואלונטיר איז איינער וואס טוט עפעס א זאך פֿרייוויליג פֿֿאר א געמיינדע. בדרך כלל באקומט א וואלונטיר נישט קיין לוין פאר זיין ארבעט. דער צוועק פון דער ארבעט איז צו העלפן אנדערע. א משל פון וואלונטירן קען זיין טיילן עסן אין א בית התבשיל וואו מגיט עסן בחינם פאר ארעמעלייט, ענטפערן דעם טעלעפאן אין א ביורא פון א צדקה ארגאניזאציע, אדער העלפן מיט קאמפיוטעריי און אינפארמאציע טעכנאלאגיע אין א סאציאלער ארגאניזאציע.

                                               

אלגאריטם

אן אַלגאָריטם איז א ריי פֿון אנווייזונגען וואס שאפן א מעטאדישע פראצעס צו רעכענען עטלעכע ענדלעכע פונקציעס טריט ביי טריט אויף צו אויסלייזן פראבלעמען אין מאטעמאטיק, קאמפיוטעריי, לינגוויסטיק א.ד.ג. אלגאריטם איז גלייך ווי א לעקעך־רעצעפט וואס גיבט אונטעריכטן טריט ביי טריט. אן אלגאריטם מוז ענדיגן נאך א געוויסער צאל טריט און ארויסגעבן די געזוכטע רעזולטאט. יעדע קאמפיוטער פראגראם איז אן אלגאריטם וואס גיבט אונטעריכטן דער קאמפיוטער וואס צו פראצעסן. סאיז שווער צו פארמאליזירן גענוי וואס הייסט אן אלגאריטם. איינער פון די וואס האבן געארבעט אויף דעם פראבלעם איז געווען עלן טיורינג, וואס האט דערפינדן דעם באגר ...

                                               

אינטערנעט

די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער נעץ. דאָס דערלױבט א קעגנזײַטיגן אינפֿאָרמאַציע-פֿלוס פֿון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס. די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק. די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די World Wide Web און דעם אינפראסטרוקטור פאר בליצפאסט. די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין אמעריקע. אין 1989 האט טים בערנערס-לי געשאפן די אלוועלטלעכע וועב. היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע, ווי למשל טעל ...

                                               

מיינקראפט

מיינקראַפֿט איז א זאמדקאסטן ווידעא שפיל וואס איז געשאפן געווארן דורכן שוועדישער שפיל אנטוויקלער מארקוס פערסאן און פובליצירט געווארן דורך מאָדזשאַנג אין 2011. דער שפיל דערלויבט שפילער צו בויען מיט א סך פארשידענע בלאקן אין א דריי-דימענסיעדיקע ווירטואלע וועלט וואס דאַרפט שעפערישקייט פונעם שפילער. אנדערע אקטיוויטעטן אינעם שפיל זענען פארשונג, צונויפקלייב, האנטווערק און קעמפן קעגן באשעפענישן. עס זענען דא פארשידענע שפילמאָדן וואס טוישן דעם אויפפיר פונעם שפיל, אזוי ווי דער איבערלעבנמאָד וואו דעם שפילער דאַרף קריגן רעסורסן צו בויען די וועלט און בלייבן געזונט, און דער קרעאַטיוומאָד וואו דעם שפילער ה ...

                                               

ווייכווארג

װײכװאַרג שליסט איין אלע פראגראמען פאר א קאמפיוטער. יעדער קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א הױפּט־טאָװל, אדער א DVD ROM. צו דעם קומט די סאפטווער וואס באשטייט פון געשריבענע קאד, וואס זאגן פארן קאמפיוטער וואס צו טאן און וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די מאשינקע. ווייכווארג איז כולל: אפליקאציעס וואס טוען געוויסע אויפגאבעס פאר באניצערס, למשל ווערטער פראצעסארן; מיטלווארג וואס קאנטראלירט פארשפרייטע סיסטעמען. סיסטעם ווייכווארג וואס א קאמפיוטער דארף האבן צו פונקציאנירין, למשך אן אפערירן סיסטעם; יעדע קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידע ...

                                               

פעלד

א פעלד ווערט אנגערופן א גרויסער שטח פון אגריקולטור וואס ווערט גענוצט צו פלאנצן ירקות תבואה און נאך. אויך קענען דארט וואקסן גראזן וואס ווערט באנוצט פאר בהמות צו פאשן און עסן די גראז.

                                               

סטיוו דזשאבס

סטיוו דזשאבס איז געווען דער גרינדער און סי-אי-או פון דער עפל קאמפיוטער פירמע וועלכע פראדוצירט דעם מעקינטאש קאמפיוטער און די פאפולערע אייפאן, אייפעד און אייפאד,

                                               

ביט

ביט מיינט איין פינגער אין א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף די נומער צוויי. ביט קומט פון די ווארט ביינערי דיגיט ביינערי מיינענדיג צוויי, און דיגיט מיינענדיג פינגער. ביט איז די קלענסטע פרעם פון קאמפיוטער דאטא. א קאמפיוטער איז א מאשין וואס ארבייט דורך עלעקטריק, און עלעקטריק קען נאר זיין אין איינס פון צוויי סיטואציעס, אדער אויף, אדער שלאפענדיג. דערפאר איז אלעס אין א קאמפיוטער געבויט אויף א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף די נומער צוויי.

                                               

C-base

c-base איז א פרייע געמיינזאמע פאריין אין בערלין מיט 300 מיטגלידער, איר צוועק איז צו פארשפרייטן וויסנשאפט אין וואס סנוגע צו קאמפיוטער פראגראמען, ראבאטיקע, מאדע און מוזיק.

                                               

טעקע סיסטעם

טעקע־סיסטעם איז אַ שיטה אױפֿצוהיטן און אָרגאַניזירן קאָמפּיוטער־טעקעס מיט זײערע דאַטן. די שיטה פֿאַרגרינגערט דעם צוגאַנג צו די טעקעס. טעקע־סיסטעמען זײַנען מסוגל זיך צו באַנוצן מיט פֿאַרשײדענע אײַנשפּײַכלערונג מיטלען און צו מאַנאַזשירן דער פֿיזישער אָרט פֿון די טעקעס. למשל Windows XP אָפּערירן־סיסטעם איז תּומך דער FAT32 און דער NTFS טעקע־סיסטעם.

                                               

פייער מויער

פײַער־מױער אין קאָמפּיוטערײַ, איז א סיסטעם צו פֿאַרמײַדן ניט געװוּנטשנע פֿאַרבינדונגען דורכן קאָמפּיוטער־נעצװערק װעלכע איז פֿאַרבונדן מיט א קאָמפּיוטער. די סיסטעם קען זײַן אױסגעפֿירט דורך ווײכװאַרג אדער דורך האַרטװאַרג.

                                               

קאמפיוטער ווארעם

קאמפיוטער ווארעם איז א זעלבסט דאפעלטער פראגראם. עס נוצט א נעצווערק צו שיקן קאפיס פון זיך צו אנדערע קאמפיוטערס. אנדערשט ווי א קאמפיוטער ווירוס האט א ווארעם אין זיך אריין געבויעט א וועג ווי אזוי זיך צו פארשפרייטן און אנצוקומען צו זיין ציל און אנזייען א חורבן, געווענטליך נוצט עס א באג און דער אפערירן סיסטעם, זיך צו פארשפרייטן אן דעם באנוצער וויסן, קאמפיוטער ווערעם טוען געווענליך שעדיגן די נעצווערק צוליב וואס עס נוצט דעם נעצווערק זיך צו פארשפרייטן נוצט ער אויף דעם גאנצן BANDWITH מה שאין כן די ווירוס שעדיגט די טעקעס און אינפעקטירט און קארופטירט דעם קאמפיוטער. עס זענען דא קאמפיוטער ווירוס וואס ב ...

                                               

קאמפיוטער ווירוס

א קאמפיוטער ווירוס איז א קאמפיוטער פראגראם געשריבן צו טוישן דעם וועג וויאזוי דער דעזעגנירטער קאמפיוטער וועט ארבעטן, אן רשות אדער וויסן פון זיין באנוצער, דורך זיך באהאלטן און אריינשווערצן אין אן אנדערפראגראם טעקעס וואס איז אויבן אויף יא לעגיטים פארן באנוצער. צוויי הויפט פאקטארן דעפינירן א ווירוס: 1) זיך טאפלען, און 2) אקטיוויזירן, פונקט וויאזוי א ביאלאגישער ווירוס אין א מענטש. דעריבער איז זייער וויכטיג אויפצופאסן נישט עפענען צוהעפטן פון קיין איפאסט אפילו איר געטרויט דעם שיקער ווייל ער האט דאס געקענט באקומען פון אן אנדערן אומוויסנדיג.

אפטישע אותיות דערקענונג
                                               

אפטישע אותיות דערקענונג

אָפּטישע אותיות־דערקענונג איז אַ מעכאַנישער פראָצעס דורך וועלכן אַ קאָמפיוטער פֿאַרוואַנדלט אַ בילד פֿון טעקסט צו טעקסט וואָס אַ קאָמפיוטער קען פֿאַרשטאַנען. מע ניצט אא"ד כּדי זוכן גרינג דורך דרוקזאַכן למשל. פֿאָרעמען און אַנדערע דאָקומענטן זענען אָפֿט געליינט דורך קאָמפיוטערס ניצנדיק אא"ד. אא"ד איז וויכטיק פֿאַר מאָדערנע ייִדיש אויפֿן וועב, ווײַל הײַנט זענען פֿאַראַן אַ סך ייִדישע אַלטע ביכער. דער ייִדישער ביכער־צענטער סקאַנדירט אַ סך פֿון זיי, און מען באַניצט אא"ד כּדי דיגיטאַליזירן זיי.

                                               

טאבעלע פון קלאוויאטור דורכוועגן

פאלגענד איז א רשימה פון געוויינטלעכע קלאוויאטור דורכוועגן וואס מען ניצט אין היינטיגע קאמפיוטער סיסטעמען: מיקראסאפט ווינדאס, מאקאס, KDE און GNOME. דורכוועגן וואס זענען נוהג אין רוב אפליקאציעס.