Back

ⓘ פילאסאפיע - פילאסאפיע, דאקטאר, פילאסאפיע, רעאליטעט, מאטעריאליזם, מידות, לודוויג וויטגנשטיין, אימאנועל קאנט, זשאן-פאל סארטרע, טאאיזם, מעטאפיזיק, פלאטאן, אמת ..




                                               

פילאסאפיע

פֿילאָסאָפֿיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא און סאפיא, ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

                                               

דאקטאר (פילאסאפיע)

דאָקטאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיִע אָדער Ph D איז דער העכסטער אַקאַדעמישער טיטל. מען באַקומט דעם טיטל װען מען באווייזט אַז מען האָט אַלײן געפארשט עפּעס אַ טעמע און דערין געצײגט נײַקײטן פֿאַר די װיסנשאַפֿט. די שטודיִע פֿאַרפֿאַסט מען אין אַ דיסערטאַציִע װאָס װערט איבערגעקוקט דורך פּראָפֿעסארן, און מען זאָל אױך קענען די אַרבעט פֿאַרטיידיגן. אריגינעל האט מען באקומען דעם דיפלאם פאר שטודיעס אין פילאסאפיע אבער היינט גיט מען דעם טיטל אין אלע לערנונגען.

                                               

רעאליטעט

רעאַליטעט אדער ממשותדיקייט איז יעדע זאך וואס איז עכט, אויסשלינדיק וואס איז אויסגעטראכט. א געשעעניש וואס האט טאקע פאסירט אדער א זאך וואס עקזיסטירט האט "רעאליטעט". די רעאליטעט קען זיין אנדערש פון וויאזוי א זאך זעט אויס אדער ווי מענטשן מיינען. פילאסאפיע באהאנדלט די נאטור פון רעאליטעט, און דאס שייכות צווישן רעאליטעט און א מענטשנס שכל ווי אויך שפראך און קולטור. פֿילאסאפֿישע פֿראַגעס וועגן רעאליטעט און עקזיסטענס געהערן צו דער שטודיע גערופן אנטאלאגיע, א וויכטיגע צווייג פון מעטאפיזיק. אנטאלאגישע פֿראגעס ווערן אדורכגעקלערט אין פארשידענע צווייגן פון פילאסאפיע, כולל פילאסאפיע פון וויסנשאפט, פילאסאפיע ...

                                               

מאטעריאליזם

מאַטעריאַליזם איז א טעאריע אין פילאסאפיע אז אלץ באשטייט פון מאטעריע, און אלע פענאמענען, איינשליסנדיק באוואוסטזיין קומען פון מאטעריעלע אייגנשאפטן און אינטעראקציעס. דאס הייסט, לויט דער דאזיקער טעאריע באשטייט דאס גאנצע ממשות פון פיזישער מאטעריע, און דאס נעמט איין מענטשלעכע געדאנקען, געפילן און עמאציעס. דאס איז פונקט פארקערט פון דער טעאריע פון אידעאליזם, און אויך קעגן דעם באגריף פון גייסטליכקייט.

                                               

מידות

צו מיינט איר װיקיפּעדיע:מידות? מידות אדער עטיק איז א צווייג פון פילאסאפיע וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף מיט אנדערע מענטשן צום גוטן אדער שלעכטן. די טעלאגיע וואס געבט זיך אפ דערמיט איז מוסר. אין פילאסאפיע ווערט עטיק צעטיילט אין דריי צווייגן: געווענדעטער עטיק, וואס פארבינדט דעם געביט מיט פראקטישע אויפפירונג. מעטא-עטיק, וואס טוט דעפינירן דעם געביט פון עטיק; נארמאטיווער עטיק, וואס האנדלט פארשטיין וואס ווערט גערופן גוטע מידות; טייל האלטן אז עטיק לערנט זיך פון רעליגיע, ווי למשל די עשרת הדיברות.

                                               

לודוויג וויטגנשטיין

לודוויג יאזעף יאהאַן וויטגנשטיין איז געווען אן עסטרייכער פילאסאף, וואס איז געווען פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קיימברידזש פון 1939 ביז 1947. זיין בוך פילאסאפישע פארשונגען האט מען ארויסגעגעבן נאך זיין טויט; עס ווערט גערעכנט פון די וויכסטיקע ווערק אין אנאלאטישער פילאסאפיע.

                                               

אימאנועל קאנט

אימאַנועל קאַנט איז געווען אן 18טן יארהונדערטדיקער דייטשער פילאסאף פון דער פרייסישער שטאט קעניגסבערג. ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קעניגסבערג.

                                               

זשאן-פאל סארטרע

זשאַן-פאל סאַרטרע איז געווען א פראנצויזישער פילאסאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.

                                               

טאאיזם

טאַאָיזם איז א כינעזישע פילאסאפיע און רעליגיע. דאס ווארט 道 טאַא איז טייטש "וועג". די פילאסאפישע יסודות פון טאאיזם זענען געגרינדעט אויף די לערעס פון לאא צי און די שריפטן פון זשואנגזי. טאאיזם טוט באטאנען די "דריי אוצרות": רחמנות, מאסיקייט און עניוות. במשך די יארהונדערטן האט טאאיזם געהאט א שטארקע השפעה אויף כינעזישער קולטור. אויך האט טאאיזם געהאט א השפעה אויף דער קולטור פון שכנותדיקע לענדער. נאך לאא צי און זשואנגזי האט די ליטעראטור פון טאאיזם אנגעהויבן צו וואקסן.

                                               

מעטאפיזיק

מעטאפיזיק איז די פילאסאפיע וואס פֿארשט אויס די פרינציפן פון ממשות וואס שטייגן אריבער די באזונדערע וויסנשאפטן. מעטאפיזיק איז כולל קאסמאלאגיע און אנטאלאגיע. דאס ווארט שטאמט פון גריכיש μετά מעטאַ וואס איז טײַטש "אריבער" אדער "נאָך" און φυσικά פֿיזיקא טײַטש "פיזיש", א צענטראלער אפצווייג פון מעטאפיזיק איז אנטאלאגיע, די אויספארשונג פון סארטן זאכן אין דער וועלט און דאס שייכות איינס מיט אנאנדער. דער מעטאפיזיקער וויל אויך מברר זײַן ווי אזוי מענטשן פארשטייען די וועלט, אײַנשליסנדיק עקזיסטענץ, פלאץ, צייט, קויזאליטעט, און מעגלעכקייט.

                                               

געארג ווילהעלם פרידריך העגל

געארג ווילהעלם פֿרידריך העגל איז געווען א דייטשער פילאסאף געבוירן אין שטוטגארט, ווירטעמבורג. ער האט אנגעהויבן א ניי דרך אין פילאסאפיע, העגליאניזם. ער האט משפיע געווען אויף אסאך שרייבער און פילאסאפן, כולל סיי די וואס האבן געהאלטן מיט אים, און סיי זיינע קעגנער. ער האט געשריבן וועגן היסטאריע, פאליטיק, רעליגיע, קונסט, לאגיק און מעטאפיזיק.

                                               

פלאטאן

פלאַטאן איז געווען פון די דריי אויסגערופנסטע גריכישע פילאסאפן וועלכע האבן געלייגט דעם יסוד פאר פילאסאפיע ביזן היינטיגן טאג. זיין ריכטיגער נאמען איז געווען אריסטאקלעס. ער איז געווען א תלמיד פון סאקראטעס, און דער רבי פון אריסטאטלעס אריסטו. ער איז געווען א בארימטער און נאבעלער שרייבער, דענקער, חקרן, מאטעמאטיקער, וועמענס ווערק ווערן נאך היינט שטודירט איבער דער גארער וועלט. צו זיין קרעדיט איז אויך צוגעשריבן דאס גרינדן די ערשטע גריכישע אקאדעמיע, ווי ער האט געלייגט די יסודות פון די פאלגענדע לערעס: לאגיק מאטעמאטיק רעטאריק פיזיק

                                               

אויפקלערונג

אויפֿקלערונג מיינט אין טאָג-טעגלעכער שפּראַך דער פאַרלאַנג צו עלימינירן צעמישונג מיט אנשאפן פון נייַע וויסן צו ענטפֿערן שאלות. די תקופה פון אויפקלערונ איז געווען א קולטורעלע באוועגונג אין אייראפע אינעם 18טן יארהונדערט. די באוועגונג האט אנגעהויבן אין פראנקרייך דורך די פילאסאפן דעקארט און דעניס דידערא. די שיטה פון אויפקלערונג איז געווען אז יעדער איינער קען אלץ אויסטראכטן פאר זיך, דעריבער דארף ער נישט גלייבן וואס די רעגירונג זאגט אדער וואס רעליגיע לערנט אויס מענטשן. אין אנדערע לענדער זענען געווען אימאנועל קאנט אין דייטשלאנד, דייוויד היום און אדם סמיט אין סקאטלאנד, און טאמעס זשעפערסאן אין אמער ...

                                               

אמת

אין די גמרא טרעפן מיר אבער אז ביי זיי איז ליגענט יא געווען פארעכנט ווי ווארהייט אויב עס איז עטיש אויסגעהאלטן און מחיוב דאס צו זאגן, ווי למשל כלה נאה וחסידה אפילו זי איז הינקעדיג און קרעציג הייסט די תורה איר לויבן פארן מאן און זאגן אז זי איז שיין.

                                               

באוואוסטזיין

דאס באוואוסטזיין איז די וויסיקייט פון זיך און פון דער סביבה. די דעפיניציע פון באוואוסטזיין ענדערט זיך צווישן פסיכאלאגיע, נערוון-וויסנשאפט און פילאסאפיע.

                                               

גאט

לויט מאָנאָטעיסטישע גלויבונגען, גאט איז דער איבערנאטורלעכער הערשער אויף דער וועלט. אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז גאר פארשפרייט געווארן די געדאנק אז עס איז נישט דא מער ווי איין גאט וואס הערשט איבער אלעם.

                                               

גארנישט

גארנישט איז געווענטליך פארשטענדליך אלס עס פעלט און די חסרון פון אלעס אז עס איז נישט פארהאן גארנישט אינגאנצן. אבער טייל מאל איז דער טערמין אויך באנוצט אז עס נישטא גארנישט רעלאטיוו אדער וויכטיג. אדער צו אראפמאלן אן אומאינטערסאנטער זאך מענטש געשעניש.

                                               

גלות נאציאנאליזם

דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פֿילאָסאָפֿישע אידיִאָלאָגיע אױסגעטראַכט פֿון נתן בירנבױם אינעם אָנהײב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן ניט קײן לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקסיסטענץ. דערצו זײַנען ייִדן שױן אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרשײדענע רײַכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז ייִדן דאַרפֿן נאָר אָנערקענונג און האַלבאױטאָנאָמיע, צו שאַפֿן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם". בירנבױמס מאָטאָ איז געװען "ישׂראל גײט פֿאַר ציון". ד"ה ייִדן און זײערע קולטורן אין ג ...

                                               

געוויסן

                                               

דער ויכוח

דער וויכוח איז א 1991 קאנאדישער דראמאטישער ענגליש-שפראכיגער פילם דירעקטירט דורך אלי כהן. די סקריפט איז געבויעט אויף א קורצע געשיכטע געשריבן דורך חיים גראדע. דער פילם ברעהנגט זייער גוט ארויס די דילעמא וואס רוב שארית הפליטה יידן האבן געהאט נאכן קריג, צי זיי זאלן בלייבן זיך פיהרן אין די עלטערןס טראדיציע. דער וויכוח ווערט געפיהרט זייער רעספעקטפול פון ביידע זייטן.

                                               

הכוזרי

ספר הכוזרי איז אַ פילאָזאָפישער ספר פון ר יהודה הלוי. ר יהודה האָט אָריגינעל געשריבן דעם ספר אויף אַראַביש און ר יהודה אבן תיבון האָט עם איבערגעזעצט אויף לשון קודש. דער ספר איז אויסגעשטעלט ווי אַ געשפּרעך צווישן דעם כאַזאַרישן קעניג מיט אַ אידישן חכם איבער די יסודות פון אידישקײַט.

                                               

זען (בודהיזם)

זען איז דער יאפאנישער נאמען פון א צווייג פון מאהאיאנא בודהיזם וואס האט אנגעהויבן אין כינע מיטן נאמען טשאן, און האט פארשפרייט צו קארעע, יאפאן און וויעטנאם. היינט איז זען אויך געקומען צו די מערבדיקע לענדער. אין זען איז זייער חשוב מעדיטאציע, פון דעם קען מען קומען צו אויפקלערונג. די הויפט פארעם פון מעדיטאציע איז זיצנדיק. לויט דער לעגענדע איז זען געגרינדעט געווארן אין כינע דורך באדהידהארמא, א מאנאך פון אינדיע אדער צענטראלער אזיע. ער איז אנגעקומען אין קאנטאן אין יאר 520.

                                               

טעמע

טעמע איז א אביעקט וואס ווערט פארברייטערט אין ארוםגעשמועסט אלעס וואס איז נוגע צו א געוויסער אביעקט. אנדערשט ווי דער אביעקט וואס ווערט באטראכט און אבזערווירט איז דער טעמע דער אבזערווירער.

                                               

לייקענען

                                               

מיינונג

א מיינונג איז א פערזאנס אידעע און מחשבות כלפי עפעס אן ענין. עס איז אן אפשאצונג א משפט און אן איוואליואציע פון עפעס. א מיינונג איז נישט קיין פאקט, ווייל מען קען דאס נישט אויפווייזן אלס פאלטש, אדער עס איז קיינמאל געווארן אויפגעוויזן אלס פאלטש, אדער אויפגעוויזן אלס אמת. אויב ווערט דאס אבער יא אויגעוויזן אלס אמת ווערט דאס דאן יא א פאקט. מיינונג אין אידיש קען אויך דינען ווי דער כוונה פון דעם ענין וואס מטוט אדער זאגט, צ.ב.ש ער האט געמיינט דערמיט אזוי און אזוי. אדער דאס גלייכן.

                                               

מעשה בראשית

לויט דער זוהר און די אנגענומע דעה ביי די יידישע אמונה איז אז גאט האט באשאפן די וועלט "יש מאין". אבער לויט ווי סזעט אויס אין אנפאנג פון ספר בראשית האט גאט באשאפן די וועלט "יש מיש", אבער סזיינען דא פיל פירושים לכאן ולכאן.

                                               

נמנע הנמנעות

נמנע הנמנעות איז א באגריף אין דער טעאלאגיע פון חב"ד, וואס מיינט אז גאט קען מאכן אפילו זאכן וואס האבן אן אינערלעכע סתירה, למשל מאכן אז צוויי מאל צוויי וועלן זיין פינעף. דער געדאנק פון נמנע הנמנעות איז זייער קאנטראווערסיאל אין דער יידישע מחשבה, און סאיז אנטקעגן די שיטה פון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רשב"א, און די אלע ראשונים. סזיינען דא חב"דצקער וואס טענען, אז פון נמנע הנמנעות קומט ארויס אז גאט קען אפילו באשאפן אן אנדער גאט ווי אים, אדער טוט זיך אן אין א מענטשלעכע קערפער, רחמנא ליצלן. דאס האט אויך א שייכות מיט די באוווסטע שאלה, אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן. ר ישראל נתנאל ...

                                               

עסטעטיק

עסטעטיק אדער עסטאטיקע - אין איר מער ארגינעלער פארעם פון א גריכיש ווארט איז אן אפטייל פון פילעזאפיע, א מין שאצונג אין א ווערד סיסטעם, וואס שטודירט די טעם פונעם מענטש פון זיינע עמאציאנאלע טיילן, וויאזוי ער כאפט אויף א זאך ווי למשל א בלום צו ער האלט אז עס איז שיין צו נישט. וויבאלד עס איז דאך א מציאות אז על טעם וריח אין להתווכח, גייט דאס בלויז אריין אין פילעזאפיע טערמיןען דאס אפצושצן. עס איז בעיקר עוסק אין ארט וואס דארטן איז דא גאנעטע בנינים וויאזוי דער מוח רעאגירט בשעתן קוקן דערויף. דאס טוט אפהאנדלען א מענטשס פאראורטל, דיסקרימינאציע און משפטן וויאזוי די אלע פאקטארן וועלן אויפכאפן ביי אים שיינ ...

                                               

עפיסטעמאלאגיע

עפיסטעמאלאגיע איז די פילאסאפיע פון וויסן. עפיסטעמאלאגיע קלערט די פראגעס "וואס איז וויסן?", "וויאזוי באקומט מען וויסן?" און "וויאזוי ווייסן מענטשן זאכן?". דאס ווארט עפיסטעמאלאגיע נעמט זיך פונעם שאטישן פילאסאף זשיימס פרעדעריק פעריער 1808 - 1864.

                                               

עצור כאן חושבים

עצור כאן חושבים, איז דער נאמען פון דעם הייד פארק פארום, וואו אידישע אינטעלעקטועלע תלמידי חכמים זיצן צוזאמען און לערנען די יסודות פון אונזער אמונה, תורה, מסורה און השקפה. דער פארום האט זיך געעפנט אין יאר 2002 - זומער תשס"ב - דורך א גרופע חרדים וואס האט זיך קעגנגעשטעלט דער גאס מצוות-אנשים-מלומדה שטייגער אידישקייט. די ערשטע מאטיוויציע און רוח החיים פונעם פארום איז געקומען פון די תלמידים פון ר אהרן מילער, "תלמיד חכם" גאון וועלכער באהערשט זיבן שפראכן און איז א שטארק געלערנטער פילאזאף. דער פארום איז געגרינדעט געווארן לכבודו - נאכדעם וואס אפאר "קנאים" האבען אים גערודפט אויך מעל דפי הפארום וואס בא ...

                                               

פאקט

פאקט איז א זיכערע סטאטוס פון א געשעעניש, אדער אן ארויסזאג וואס קען ווערן פעסטגעשטעלט דורך און לויט אן אנגענומענער עטאביליריטער סטאנדארד פון עוואליואציע. דער פונקטליכע דעפעניציע פון פאקט ווענדט זיך אין איר קאנטעקסט, אקעדעמישער דיסציפלין און נארמאטיווער פרינציפ.

                                               

פרינציפ

א פרינציפ באצייכענט און מיינט די הויפט און יסודותדיגער פונקט אדער פונקטן פון מעגליכקייטן פון א סוביעקט, וואס דאס טוט ערמעגליכן די פארמאציע פון געזעץ אדער נארמאלקייט, אדער פיראכץער וואס מענטשן טוען פארטייטשן די פענאמענען צו שאפן און לעבן לויט די פרינציפען זייער גאנצער מהות. א פרינציפ איז דער אונטערגאלער טייל אדער ספיריט פון דער באזע פון אן עוואלואטיווער נארמאטיוו אדער פארמאטיוו אנטוויקלונג, וואס איז דער אביעקט פון די סאביעקטיווער ערפארונג און\אדער אפטייטש. צ.ב.ש., די מידות פון א געוויסער מענטש קען ווערן באטראכט אלס א פאר פון אויסגעוועלטע פרינציפן, וואס דער יעניגער טוט אויפאלגן אין פארעם פון ...

                                               

קאנפוציאניזם

קאנפֿוציאַניזם איז א כינעזישע עטישע און פילאסאפישע סיסטעם אנטוויקלט פון די תורות פונעם כינעזישן פילאסאף קאנפוציוס. קאנפויציאניזם האט אנגעהויבן ווי אן עטיק-לערער, אבער שפעטער האט מען אנטוויקלט מעטאפיזישע און קאסמאלאגישע עלעמענטן ביי דער האן דינאסטיע. נאך דער קין דינאסטיע, איז קאנפוציאניזם געווארן די אפיציעלע אידעאלאגיע פון כינע ביז די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער הערשאפט. קאנפֿוציאַניזם האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף דער געשיכטע פון כינעזישער ציוויליזאציע. קאנפוציאניזם איז געבויט אויף דרך ארץ פאר עלטערן, עלטערע מענטשן און די פריערדיקע דורות.

                                               

ראציאנאליזם

ראציאנאליזם הייסט דאס פארעכענען דעם ראציאנאל אלץ דער העכסטער און חשובסטער קוואל פון וויסנשאפט. אנשטאט אפעלירן צו געפיל אדער מאראל, אדער די חושים, אפעלירט ראציאנאליזם צו קאלטע לאגיק און אינטעלעקטואלער סברא. די מאדערנע מערב-וועלט אידעאלאגיע שטייט אויף די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם. דאס הייסט, אז פאר אלעס זוכט מען א ראציאנאלען ערקלערונג געבויט אויף לאגיק און פאקטן, און מען שטייט אוועק פון ערקלערן געשעענישן אויף א ניסיםדיגער, אומנאטירלעכן אופן. אזוי אויך שטופט ראציאנליזם אפ אמונות טפילות צוליב וואס זיי זענען נישט געבויט אויף די באקאנטע געזעצן פון נאטור. באקאנטע ראציאנאליסטישע פילאזאפער זענען גע ...

                                               

שבת בלעטל

שבת בלעטל איז א בלעטל אין יידיש וועלכע קומט ארויס פון צייט צו צייט, און איז געווידמעט ליטעראטור און מחשבה. דער בלעטל איז געגרינדעט און אנגעפירט דורך א גרופע חסידים וועלכע געפינען זיך ווארשיינליך אין ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן ווי סשיינט פון די טעמעס וועלכע ווערן אויסגעליפטערט אין דעם בלעטעל.

אָראַ
                                               

אָראַ

אין פּאַראַ-פּסיכאָלאָגיע און פילע פארמען פון רוחניות פראקטיצירונג, אַן אָראַ איז אַ פעלד פון האַקעלע, לייַכטיק ראַדיאַציע וואס נעמט ארום אַ מענטש אָדער זאך.

בורידאןס אייזל
                                               

בורידאןס אייזל

בורידאנס אייזל איז אן אילוסטראציע פון א פאראדאקס אין פילאסאפיע, לגבי דער הבנה אין בחירה. די פאראדאקס איז א משל. אינעם משל, ווערט אן אייזל אוועקגעשטעלט פונקט אינצווישן א זאק היי און א קאנע וואסער. דער אייזל איז פנוקט אזוי הונגעריג ווי דורשטיג. אזוי ווי דער אייזל האט נישט קיין בחירה, וועט דער אייזל שטארבן פון הונגער און דורשט, ווייל ער וועט נישט קענען מאכן קיין ראציאנאלעם החלטה וועלכע פון די צוויי ברירות אויסצוקלויבן ערשט. די פאראדאקס איז פארפאסט געווארן דורך דעם פראנצויזישן פילאסאף זשאן בורידאן.

                                               

עטיאלאגיע

עטיאלאגיע איז די שטודיע פון די אורזאכן און פאקטארן פון פענאמענען, און ווערט גענוצט אין פארשידענע דיסציפלינען. אין מעדיצין באדייט עטיאלאגיע דערגיין פון וואנעט מחלות קומען צו א מענטש. מען ניצט דעם טערמין עטיאלאגיע אויך אין פסיכאלאגיע, פילאסאפיע, ארכעאלאגיע און נאך.