Back

ⓘ סאציאל וויסנשאפט - 21סטן אויגוסט, לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק, מבחר, משמעותדיקייט, ראובן פייערשטיין, דעמאקראטיע, קאפיטאליזם, קעניגרייך, גלות, מעקסיקע, פירערשאפט ..




                                               

21סטן אויגוסט

1991 - לעטלאנד פראקלאמירט זיין זעלבשטענדיקייט פונעם ראטן פארבאנד. 1959 - האוואי ווערט דער 50סטער שטאַט אין די פאראייניגטע שטאטן. 2017 - גאנצע ליקוי חמה וואס דויערט 2:41 מינוט אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע

                                               

לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק

די לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק און פאליטישע וויסנשאפט, באוואוסט אלס די לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק אדער LSE איז א קאלעגיע פון דער אוניווערסיטעט פון לאנדאן אין לאנדאן, ענגלאנד. זי איז געגרינדעט געווארן אין 1895, און אפיציעל געווארן א מיטגליד פון דער פעדעראלער אוניווערסיטעט אין 1900 אלס דער פאקולטעט פון עקאנאמיק, און האט אנגעפאנגען געבן דיפלאמאטן אין 1902. פלאצירט אויף דער הויטאן גאס אין וועסטמינסטער, לעבן אלדוויטש און די קעניגלעכע געריכטן פון יוסטיץ און טעמפל באר, זי שילדערט זיך אלס "דער וועלטס אנפירערדיגע סאציאל וויסנשאפט אינסטיטוציע פאר לערנען און פארשונג". LSE האט אויך דעם מערסטן אינטערנאצ ...

                                               

2014

‏ 2014 איז דאס 14טע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 2014 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

                                               

1921

‏ 1921 איז דאס 21סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1921 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

                                               

מבח"ר

די פרומע בני-ברקער הויכשולע - מבח"ר איז א הויכשולע פאר דעם פרומען עולם ווי טייל פון דער רעוואלוציע פון באַשעפטיגונג און בילדונג ביי די חרדים אין די לעצטע פאר יאר. די הויכשולע איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין דעם יאָר תש"ס - 2000, דורך דאָקטאָר אברהם פוס. הײנט צו טאָג, דער אלגעמיינער דירעקטאר איז ר מאיר יאַקאָבאָוויטש, פרייערדיג דירעקטאָר פון מוסדות חורב אינסטיטוציעס אין ירושלים. אין דער מבח"ר זענען פאַראַן פאַרשידענע לערנען-קורסן פון עטלעכע אוניווערסיטעטן, ווי צום ביישפיל די חיפה אוניווערסיעט, די בר-אילן און די תל-אביבער אוניווערסיטעטן. צו טיינען די כאראקטער וואָס פּאַסט פאר דעם פרומען עולם עק ...

                                               

משמעותדיקייט

משמעותדיקייט איז א מאס פון דער ווארשיינלעכקייט אז א געוויסער געשעעניש וועט פאסירן. די משמעותדיקייט פון א געשעעניש קען האבן א נומערישן ווערט וואס איז א רעאלע צאל צוויישן 0 און 1. אן אוממעגלעכער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 0, און א זיכערער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 1. משמעותדיקייט איז א פונדאמענטאלער באגריף אין מאטעמאטיק און ווערט דעפינירט אנאליטיש אין דער טעאריע פון משמעותדיקייט. דער באגריף פון משמעותדיקייט ווערט ברייט באניצט אין די געביטן פון סטאטיסטיק, נאטור-וויסנשאפטן, קאמפיוטער וויסנשאפט, סאציאל וויסנשאפטן און אנדערע וויסנשאפטן. א מאנגל אין זיכערקייט וועגן א געשעעניש, און דערפ ...

                                               

ראובן פייערשטיין

ראובן פֿײַערשטיין איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי. ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט 1992 און א יקיר ירושלים. ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".‏ ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ. ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דע ...

                                               

דעמאקראטיע

דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פֿאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע אידיאל באגריף און גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דער פירונג פון זיין רעגירונג און אז אלע געזעצן זענען פאר שיצן די אינידווידאולע פרייהייטן, וואס מען קען נישט קיינעם גארנישט באגרעניצן נאר אין צוזאמענהאנג מיט די אייגענע זיכערהייט. ֿ אין א רעפרעזענטאטיווער דעמאקראטיע האלט מען וואלן פון צייט צו צייט, און די בירגער קלויב אויס ווער זאל זיי רעפרעזענטירן. די רעפרעזאנטאטיוון פירן דאס לאנד ביז די נעקסטע וואלן. דער טערמין שטאמט פון אוראלט גריכיש δημοκρατία דעמאקראטיע "הערשאפט פו ...

                                               

קאפיטאליזם

קאפיטאליזם איז א פאליטישע מעטאד וואס באגרעניצט די רעגירונג פון זיך אריינמישן אין דער עקאנאמיע און סאציאלאגיע פון די בירגער און לאזן א פרייען מארק. לויט דעם מעטאד, האט יעדער בירגער א זכות אנצופירן זיין פארמעגן אויף א פאל אז די רעגירונג זאל זיך נישט מישן אין זיין פארמעגן צוליב עקאנאמישע אדער סאציאליסטישע סיבות. דער מעטאד האט זיך אנטוויקלט אין אייראפע צווישן דעם 16טן י"ה און דעם 19טן י"ה. דאָס ווארט "קאפיטאל" שטאמט פון לאטייניש וואס מיינט "הויפט". דער ווארט האט קארל מארקס אריינגעבריינגט אלס א נעגעטיוו-ווארט, אבער עס איז שפעטער אנגענומען געווארן אויך ביי די קאפיטעליסטן. ביי קאפיטאליזם מעג יעדע ...

                                               

קעניגרייך

קעניג איז דער פירער פון א רעגירונג אין אמאליגע צייטן. זיין פרוי איז די קעניגין. א קעניג ווערט נישט אויסגעקליבן דורך די בירגער אזוי ווי ביי היינטיגע רעפובליק, נאר עס ווערט געוויינטליך באשטימט לויטן שטאמבוים יחוס, א זון פון א קעניג ירשנט אָפּ די קעניגרייך פון זיין טאטן. היינט עקזיסטירט נאך קעניגרייכן אין געוויסע לענדער ווי בעלגיען, גרויסבריטאניע אא"וו, אבער עס איז נאר פאר אַ טראדיציע צוועק, זיי האבן נישט קיין ריכטיגע מאכט. די מעטאד הייסט מאנארכיע.

                                               

גלות

גלות איז א באגריף וואס דאס אידישע פאלק וואס ווארט און האפט אויף משיח, און ביז דעמאלטס זענען זיי פרעמד און פארטריבן פון דעם היימלאנד. לויט די ציונים איז די גלות א באגריף בלויז שייך היינט אויף חוץ לארץ אידן דאס הייסט אלע אידן וואס וואוינען אויסער דעם לאנד וואס ביי זיי איז דאס ארץ ישראל. לויטן סאטמארער רב טאר מען נישט גארנישט טוען וואס קען צוברענגן אויסצולייזן אידן פון גלות. אבער אנדערע רוב גדולי התורה האבן געקעמפט מיט ציונות בעיקר איבער זייער סעקולערקייט און אנטי-תורה וועגן.

                                               

מעקסיקע

מעקסיקע, אפיציעל די פאראייניגטע מעקסיקאנער שטאטן, איז א פעדעראלע רעפובליק אין צפון אמעריקע. מעקסיקע איז די פינפטע גרעסטע לאנד אין דער מערב וועלט און איז רייך מיט נאטורליכע אוצרות ווי נאפט. די מעקסיקאנער רעגירונג האט א לאנג יעריגע ציל אויפצוברענגען איר לאנד עקאנאמיש אלס איינע פון די 15 רייכסטע לענדער אבער צוליב אן אומגלייכע באדן מיט ווייניג פארם לאנד און א שנעל וואקסנדיגע באפעלקערונג איז ציל קיינמאל אפילו נישט געקומען נאנט. פארקערט גאר, דאס לאנד ליידט פון עקאנאמישע קריזיסן יעדע שטיק צייט. מעקסיקע סיטי איז די הויפט און גרעסטע שטאט מיט די מערסטע ביזנעס. די שטאט איז גרויס סיי אין סייז און סיי ...

                                               

פירערשאפט

פירערשאפט איז אנפירן א ארגענעזאציע פון מענטשן וואס זענען אויף א געוויסער אופן אונטערגעווארפן אונטער זיין איינפלוס, מאטיוויציע און זיין טייל איז צוגעשריבן די קרעדיט צו ערמעגליכען די מענטשן אויצופירן זאכן וואס אן אים וואלט דאס נישט צושטאנד געקומען דער ענד ציל וואס איז בשותפות א טובה פאר אלעמען. אנדערשט ווי געוועלטיגן איז פירערשאפט נישט ארויפגעצווינגן דורך דעם וואס זיין טאטע איז געווען דער פירער נאר אנגענומען מכוח זיין אייגענע קוואליטעט, חכמה און טאלאנטען.

                                               

קאניבאליזם

קאניבאליזם איז מענטשן פרעסעריי, אדער אלע אנדערע ספישיס וואס עסן די אייגענע פלייש, געווענליך עסט נישט איין מין בעל חי דער אנדער באשעפעניש פון זיין אייגן מין, אחוץ איינער וואס איז באנומען מיט אויסטערלישע רציחה דאס הייסט קאנאביליזם.