Back

ⓘ נאטור - נאטור, נאטור-וויסנשאפטן, נס, קינד, ארכעאלאגיע, אטעיזם, פיזיק, זוהר, ביאלאגיע, בעריליום, נאציאנאל געאגראפיש, אייזבארג, באמבע, היץ, וואלקן, וואסער פראנט ..




                                               

נאטור

מען גלייבט אין א נס וואס איז העכער די נאטור. אויב מען גלייבט נישט אין אזא נס ווי קריעת ים סוף איז מען אן אפיקורס. לויט געוויסע פוסקים טאר מען גאר נישט גלייבן היינט צוטאגס אין פרישע אומנאטורליכע גלייבונגן און דאס וואס מען איז פארפליכטעט מכוח די אמונה צו גלייבן אין קריעת ים סוף איז וויבאלד די תורה פארציילט אונז אז גאט האט דאן געטוישט די נאטור און עס איז נישט געווען אומנאטורליך, אבער היינט צוטאגס טוט דאס שוין נישט גאט טוישן די נאטור, ווייל מיר זענען נישט גענוג ערליך ווי די דור המדבר און קיין איין נס וואס איז פריש איז נישט באגלייבט אחוץ אז א הייליגע איד זאגט אז דאס איז מן השמים. סיי דער רמב"ם ...

                                               

נאטור-וויסנשאפטן

נאטור-וויסנשאפטן איז כולל די פעלדער פון וויסנשאַפֿט וואס באהאנדלען די וועלט, די געזעצן און אקציעס, סיי וואס וואקסט און סיי די נישט ארגאנישע וועלט. אויך ווערט מאטעמאטיק אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן, כאטש זי באהאנדלט נישט די פיזישע וועלט, ווייל פיזיק איז שטארק געבונדן מיט מאטעמאטיק. אריינגערעכנט אין די נאטור-וויסנשאפטן זענען פאַרשידענע געביטן: כעמיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט מאַטעריאַל, זיינע אייגנקייטן, און די רעאקציעס צווישן מאטעריאלן. אַסטראָנאָמיע איז אַ פעלד וואָס באהאנדלט וואס פאסירט אין הימל און דרויסן פון דעם אטמאספער פון דער וועלט. ביאָלאָגיע איז אַ פעלד וואָס שטודירט די לעב ...

                                               

נס

א נס איז א וואונדערליכע געשעעניש וואס מען קען נישט אויסרעכענען פון פאראויס לויטן געווענליכן נאטורליכן ווירשטשאפט אז אזוינס וועט פאסירן. עס זענען פארהאן צוויי סארט נסים. די ערשטע איז א איבערנאטורליכע געשעעניש וואס איז נישט מעגליך עס זאל פאסירן לויטן נאטור. נאכדעם זענען דא אזעלכע נסים וואס איז יא מעגליך לויטן נאטור, נאר געווענליך געשעט עס נישט און נארמאלערהייט וואלט זיך עס אנדערש אויסגעלאזט, "פונקט" איז געשען אזוי און אזוי, אנדערש ווי פאראויסגעשאצט. היינט געשעען בעיקר די נאטורליכע נסים און דאס איז וואס מען רופט היינט א נס. רעליגיעזע גלייבן אז דאס איז די האנט פון באשעפער צו פארדרייען די נאטור ...

                                               

קינד

א קינד איז א יונגער מענטש. מען רופט אזוי עמיצן וואס איז נאכנישט דערוואקסן און יונג אין יארן. אבער אפילו עמיצער וואס איז קליין-געבליבן מיטן שכל קען מען רופן: "געבליבן א קינד". קינד איז אויך דאס וואס ערפילט און דערגענצט דאס באדייט פון עלטערן. אן א קינד קען מען נישט ווערן קיין עלטערן; אויך דערוואקסענע מענטשן בלייבן אייביג קינדער פון זייערע עלטערן. לדוגמא "שלמה, 46 יאר אלט, איז א קינד פון דוד, 76 יאר אלט". א קינד, איידער ער הייבט אן צו גיין אין שולע, שפילט אין דער היים אדער מיט אנדערע קינדער מיט שפילכלעך. אויך יונגע קינדער ווען זיי קומען אהיים פון דער שולע שפילן זיי מיט שפילכלעך.

                                               

ארכעאלאגיע

                                               

אטעיזם

אַטעיזם באשטימט די אָפּוועזנהייט פון גלויבונג אדער אַן אַבנעגאַציע פון דעם עקזיסטענץ פון אַ גאָט. אַנדעש זענען די וואָס זאגן אז זיי ווייסן נישט אויב סאיז פאראן א גאָט אדער נישט, וואָס הייסן אַגנאָסטיקן. אויך ווערן זיי גערופן אפיקורסים אדער מינים, דער נאמען אפיקורס שטאמט נאך א מענטש אן אטעיסט וואס האט געהייסן "אפיקורס". עס איז קיינמאל אין היסטאריע נישט געווען א גרויסע געמיינדע פין אטעיסטן, ווייל אייביג האבן רוב מענטשן געהאלטן אז דאס איז קעגן שכל, ווייל עס זענען געווען צופיל אומפארשטענדישן אין נאטור, און די בעסטע טעאריע איז געווען אז דאס איז די ווערק פון א גאָט. אבער מיט די פארשריט פון טעכנא ...

                                               

פיזיק

פֿיזיק, וויסן פון נאטור) איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך. אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן". אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאסאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנ ...

                                               

זוהר

זוהר, איז דער מיסטישער פארהייליגטער קבלה צענטראלער גרונד ספר, אויף א אראמישן שפראך געמישט מיט מאדערענע לשון קודש ווערטער און טערמינען. עס איז א זאמעלונג ווי די סיסטעם פון די גמרא, געקליבענע מדרשים און מוסר בשם דעם תנא ר שמעון בן יוחאי מיט זיינע חברים און תלמידים, און נאך תנאים און אמוראים, אויף חומש לויט די סדרות פון די וואך, וואס פארציילט געהיימעניסן וויאזוי די וועלט פירט זיך, די נאטור פון גאט, און וויאזוי ער האט באשאפן אלץ, שכר ועונש, גלות וגאולה, גן עדן, נשמה און נאך באגריפן פון די תורה, ארויסגעגעבן דורך ר משה די-ליאון פון 12טן יארהונדערט. זוהר אויף וויקיטעקסט שיעורים אין זוהר אונליין נ ...

                                               

ביאלאגיע

ביאלאגיע איז א אפטייל פון נאטור וויסנשאפט קלאסיפיקאציע אין אקאדעמיע וואס שטודירט לעבן און לעבעדיקער. בעלי חיים זאאלאגיע פלאנצן אָרגאַנען פיזיאלאגיע גוף-אַנאָטאָמיע מיקראארגאניזמען - באקטעריע און ארכעען שוואמען היינט טוט מען צעטיילן אלע לעבעדיקע ארגאניזמען אין דריי געביטן: אייקאריאטן, ארכעען און באקטעריע.

                                               

בעריליום

בעריליום איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Be און אטאם נומער 4. ער איז אן אלקאלי ערד מעטאל און האט א גאר הויכן שמעלצפונקט. אלס א גרופּע צוויי מעטאל ווי מאַגנעזיום און קאלציום זענען עס פאראן נאר צוויי עלעקטראנען אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "2s 2 אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט בעריליום גרינג פארלירן די "2s 2 עלעקטראנען אין א סאך כעמישע רעאקציעס. בעריליום געפינט זיך אין נאטור נאר פארבינדן מיט אנדערע עלעמענטן אין מינעראלן. באוואוסטע איידלשטיינער וואס אנטהאלטן בעריליום זענען בעריל אקוואמארינען און שמאראקן און ...

                                               

נאציאנאל געאגראפיש

נאציאנאל געאגראפֿיש איז א מאָנטלעכער זשורנאל וואס ערשיינט אין פילע שפראכן איבער דער גאנצער וועלט און באהאנדעלט שיינע אינטרעסאנטע זאכן איבער נאטור און קולטור ארום דער וועלט.

                                               

אייזבארג

די וועלט באשטייט פון 7 קאנטינענטן, און 5 אקעאנען וועלכע פארנעמען אין סך הכל איבער 70 פראצענט פון די וועלטס אויבערפלאך. די וועלטס ערד איז איינגעטיילט אין דריי טיילן: אינדערמיטן איז צפון און דרום אמעריקע, אויף איר רעכטע זייט איז אייראפע און אפריקע, און אויף איר לינקע זייט איז אזיע און אויסטראליע. צפון און דרום אמעריקע זענען גענצליך אפגעטיילט פון די אנדערע צוויי טיילן מיט די צוויי גרעסטע אקעאנען וועלכע זענען דער פאציפישער און אטלאנטישער אקעאנען. די אנדערע צוויי טיילן זענען אבער יא באהאפטן אויפן העכערן טייל צפון און רוסלאנד האט טיילן אין אייראפע און אין אזיע. דער אקעאן וועלכע טיילט אפ די אונטע ...

                                               

באמבע

א באמבע איז א צוזאמענגענומעכץ פון אויפרייס מאטעריאל אריינגעלייגט אין א שאכטל אדער אנדער זאך וואס מען רייסט אויף נוצנדיג א ספעציעלן צינדער. דאס האט מען ערפינדן בעיקר צו נוצן דורך מיליטער. עס איז אבער אויך דא ציווילע באנוץ פון דעם, בעיקר אויף איינצוווארפן גרויסע געביידעס אויף צו איבערבויען, אדער אויפהאקן גרויסע בערג כדי צו בויען אויף דעם בארג.

                                               

היץ

היץ איז א פארם פון ענערגיע וואס האט צוטאן מיט די לויפן פון אטאמען - אדער אנדערע באשטאנדטיילן וואס פארמירען זאכן - אין א זאך. אין טערמא־דינאמיק איז היץ די ענערגיע וואס גייט צווישן צוויי אביעקטן ווען איינער איז ווארעמער פונעם צווייטן. היץ ווערט אויך אנגערופן ענערגיע אין וועג. דורך א כעמישער רעאקציע, אזוי ווי ברענען א פייער. דורך א יאדערישער רעאקציע, אזוי ווי דאס וואס געשעט אין דער זון. אדער דורך א מעכאנישער רעאקציע, אזוי ווי רייבן צוויי זאכן איינס קעגן צווייטן. עלעקרא מאגנאטישע כוחות אזוי ווי דאס וואס אן עלעקטרישע אויוון מאכט היץ. מען קען מאכן היץ דורך די פאלגנדע וועגן מען קען אריבערפירען הי ...

                                               

וואלקן

אין מעטעאראלאגיע איז א וואלקן א זעבארע מאסע פון צאמגעשמאלצענע טראפן אדער פארפרוירענע קריסטאלן פון וואסער אדער אנדערע כעמיקאלן וואס הענגען אין דער אטמאספער איבער דער אייבערפלאך פון דער ערד אדער אן אנדער פלאנעטארישן קערפער. וואלקנס אין דער ערדס אמטאספער שטודירט מען אינעם וואלקן פיזיק אפטייל פון מעטעאראלאגיע. ווען א וואלקן ווערט אפגעקילט אדער צוליב אן אנדער סיבה ווערט דער וואלקן אפגעזעצט הייבט עס אן פאלן צו דער ערד ווי רעגן, שניי אדער האגל. וואסער אויף דער ערד אדער א פלאנעט וועפט זיך און ווערט אן אומזעבארער גאז וואס הייבט זיך אין דער אטמאספער. העכער איז די לופט קילער און דער גאז קאנדענסירט פו ...

                                               

וואסער פראנט

                                               

ווינט

ווינט איז דער שטראמונג פון לופט באשטאנדטיילן אין א געוויסער האריזאנטאלער ריכטונג. דאס קומט צושטאנד דורך אומאייניגער אטמאספערע הייצונג אויף דעם ערד פלאך. וואס אויף איין פלאץ איז די טעמפעראטור נידעריגער וואס שלעפט די לופט פון די שכינותדיגער פלאץ וואס איז העכערע טעמפרוטאר. עס פאסירט אין אלע פארמען, פון א קליין פרישער לופטל וואס בלאזט אויף אפאר מינוט, ביז גלאבאלע שטורעמס. א קליין ווינטל פאסירט דורך דעם וואס די זון באקט אויף איין פלאץ, און מאכט אז די ווארעמע לופט זאל זיך הייבן, און די זייטיגע קאלטער לופט קומט אויטאמאטיש אהין צו ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפט דורך די לופט וואס איז ארויפגעגאנ ...

                                               

חריף

                                               

טעמפעראטור

טעמפעראטור איז די וועג ווי אזוי מען מעסט וואס מענטשן רופן היץ און קעלט און ווי הייס אדער קאלט א זאך איז. ווען עפעס באקומט היץ דאן גייט איר טעמפעראטור ארויף, ווען עס פארלירט היץ דאן גייט דאס אראפ. ווען צוויי זאכן וואס האבן אן אנדער טעמפעראטור קומען זיך צוזאמען דאן וועט היץ געווענליך אריבערגיין פון די מיט די הויכע טעמעפעראטור צו די מיט די נידריגע טעמפעראטור. ווי לאנג ביידע וועלן זיין גלייך אין טעמפעראטור. טעמפעראטור האט א גרויסע עפעקט אויף כמעט יעדן זאך אויף אונזער וועלט, אונזער קערפער וועט זיכער מאכן אז מיר זענען אלעמאל 37 גראד צעלזיוס אדער 98 פארענהייט, ווייל אז נישט קען דאס זיין זייער שעדליך.

                                               

מוטער

א מוטער איז די סאציאלע אדער ביאלאגישע נקבה עלטערן פון א קינד אדער געבוירןס און דער בעיבי זייגט פון איר מילך. ווען מען רעדט פון מענטשן דאן מיינט דאס דער וואס האט געמאכט די איי, און אין וועמען די איי האט זיך איינגעזייעט דורך א זכר, און זי האט געטראגן די קינד אין זיך פאר ניין מאנאטן, דערנאך האט זי געבוירן דאס קינד, דורך אדרוך גיין שווערע ליידן. ווען מען רעדט פון אנדערע זאכן וואס האט נישט מיט ביאלאגיע מיינט דאס די עלטערן פון וואס מען רעדט. ווי למשל די מוטער-לאנד מיינט פון וועלכע לאנד א מענטש קומט. ווען מען רעדט וועגן סאציאלע זאכן מיינט דאס דער וואס ערציעט דאס קינד אויף א פיזישע וועג. ווי געבן ...

                                               

מעדיקאמענט

אויך איז מעדיצין די וויסנשאַפֿט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאָרשן, דיִאַגנאָזירן, און באַהאַנדלען קראַנקייטן, כּדי אויסצובעסערן דעם געזונט. אויך מיינט דאס די מעדעצינען אליין וואס ווערט גענוצט דערפאר. די מעדיצין איז באַזירט אויף די באַגריפֿן סײַ פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט, סײַ פֿון הומאַניסטיק, און גייט פֿאָרויס אין פּאַראַלעל מיט זיי. אין גאַנג פֿון איר אַנטוויקלונג האָט זיך די מעדיצין פֿאַרשפּרייט אין פֿאַרשיידענע צווײַגן. מע שיידט אונטער, למשל, צווישן דער אינטערנאַלער מעדיצין, מעדיצין פֿון אויגן־נאָז־און־האַלדז, וכ´. מע קען אויך קאַטעגאָריזירן די מעדיצין לויט געזעלשאַפֿטלעכע קאַטעגאָריעס: מי ...

                                               

נפלאות הבורא

נפלאות הבורא איז טייטש פון ווונדערליכע געשענישן פונעם נאַטור. ווען עס פּאַסירט גאר א ווונדערליכע זאך אינעם נאטור, ווי דונערן, בליצן, ערדציטערנישן א.ד.ג. בענטש מען אַ ברכה, אמאל האט מען נישט געוויסט אז אין יעדע זאך איז דא וואונדער האט מען נאר דאס געקענט באגרייפן פון א דוגמה ווי כמה נאה אילן זה אבער היינט צוטאגס מיט די ערפינדונג פון סייענס זעהט מען כמעט נישט קיין שום פשוטע זאך וואס סאיז נישט וואונדערליך אין די בריאה. היינט הייסט דער חכמה אינטעליזשענט דעזיין.

                                               

סביבה

סביבה אדער ענווייערמענט. עס איז דא אין דעם א גאנצע באוועגונג פון ליבעראלע אקטיוויסטן וואס רופן זיך ענווייערמענטליסטן וואס זארגן זיך די וועלט זאל נישט אונטערגיין פון פארפעסטעטע לופט. זיי קעמפן קעגן גרויסע קארן וואס נוצן צופיל גאזאלין און שעדיגט דערמיט די סביבה.

                                               

סטרוקטור

סטרוקטור איז דער וועג וויאזוי חלקים זענען צאם געשטעלט פון געביידעס, מענטשן, חשבונות, שפּראַך, ביימער, עראָפּלאַנען, אלעס דארף צוקומען צו גרינטליכע געפלאנטע דעזיין פון סטרוקטור דאס זאל בלייבן שטיין, ווען איין טייל איז געמאָסטן און געוואויגן לויט אַן אַנדער טייל. נאָר דורך דעם שטייט דאס גאנצקייט דערפון צוזאַמען.

                                               

נתן סליפקין

נתן סליפקין איז א חרדשיער ישיבה מאן, וואס קומט ארגינעל פון מאנטשעסטער ענגלאנד, און האט זיך באזעצט אין מדינת ישראל, ער איז פון קינדווייז אן געווען אנטציקט ביי די לעבן פון בעלי חיים צו זעהן דערין גאטס ווינדער.

                                               

סעקסואלער אריענטאציע

סעקסואלער אריענטאציע איז דער נויגונג און גלוסט פון א מענטש צו לגבי מיט וועמען ער ווערט צוגעצויגען און אנגערייצט סעקסאל. אויב האט דער מענטש ליב זיין פארקערטער זשענדער ווי למשל א פרוי דעם מאן און מאן די פרוי איז דאס אנגערופען אז זיין סעסקואליטעט איז גראד און היטראסעקסואל. אבער טאמער גליסטן זיי צו זייער אייגן מין איז דאס האומאוסעקסואל, ביי מענער געיז און ביי פרויען לעסביאןס. אויב מען ציעט צו ביידע גלייך און אייניג איז מען בייסעקסואל. עס איז אויך דא אנדערע טיטלון פאר סעקסואלע ציאונגען אבער די געשזעלשאפט האט איר נישט אנערקענט אלס לעגעטים. אויב מען ציעט צו קינדער איז מען א פעדעפייל. אדער סווינגע ...

                                               

פייער

פֿייער איז א כעמישע רעאקציע וואס גיט ארויס ליכט און היץ. אס איז איינע פון די מערסטע באקאנטע ביישפילן פון דעם כעמישן פראצעס פון אקסידאציע. פייער איז זייער הייס.מען טאר עס קיינמאל נישט אנטאפן, ווייל עס קען פארברענען אלץ וואס איז נאענט.ווען די הויט פון א מענטש רירט אן פייער, ווערט אין דער הויט א בלאטער וואס דויערט א שטיק צייט ביז ער היילט זיך. פייער איז אבער שטארק ניצלעך ווען מען גיט אכט ווי מען דארף. פייער איז זייער א וויכטיגע זאך, מיט דעם קען מען זיך אנווארעמען אין די קאלטע טעג, און מען קען זען ביינאכט, ווי אויך קען מען ניצן די היץ צו קאכן דערמיט. עס זענען פאראן עטלעכע מאדערנע אנווענדונגען ...

                                               

פלאזשע

פלאזשע איז די ברעג וואסער וואס טיילט אפ צווישן דער יבשה און דעם ים. מענטשן גייען אהין זיך אויסלייגן אויף אפרו און וואקאציע. דער גערוישש פון כוואליעס, און שפריץ פון פריש וואסער וואס וואשט זיך ארויף אויף די ליגנדע לייבער, וואס באקן זיך אונטער דער הייסער זומער זון, טראגט אוועק דעם מענטש צו שוועבן אין העכערע ספערן פון פאנטאזיע צווישן הימל און ערד פארגעסנדיג פון אלע דאגות פון לעבן. אין ארץ ישראל איז דא אפגעטייטלטע פלאזשעס פאר חרדים צו שווימען עקסטער מענער און פרויען כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף גדרי הצניעות. אויך אין באסטאן.

                                               

צייט

צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן. מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט, למשל "ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף", אדער "נאכן וועלטס קריג". די קאלענדער מעסט צייט לויט די פאזיציעס פון הימלישע עלעמענטן, למשל "ווען די לבנה איז געווען גאנץ", אדער "פינף גאנצע לבנות צירוק". זייגערס מעסטן צייט לויט ווי לאנג עס דויערט פאר מעכאנישע, עלעקטראנישע, אדער נוקלעארע רעאקציעס צו געשען. די מאס פון זייגערס איז צוטיילט אויף סקונדעס וואס איז באזירט אויף חלקים פון א "טאג" וואס איז באזירט אויף די געשעענישן פון טונקעלקייט און ליכטיגקייט אויף אונזער פלאנעט.

                                               

קאלטקייט

מיינט איר אן איינגנשאפט קאלטבלוטיקייט? קאלט איז די פארקערטע פון הייס. און באדייט א נידריגער טעמפארטור. א פריזער מאכט דאס עסן קאלט און עס קען זיך האלטן אויף לאנגע מאנאטן. אזוי אויך ווערט באנוצט דער עיר קאנדישאנער אפצוקילן די שטוב ווען עס איז הייס, ספעציעל אין די זומער חדשים.

                                               

קראנקייט

א קראַנקייט אדער חלאַת איז א מעדיצינישע צושטאנד פונעם קערפער אדער מוח פון א לעבעדיקן באשעפעניש וואס שאפט ווייטאג, אומבאקוועמקייט, צרות אדער טויט צום מענטש וואס ליידט פון דער קראנקייט. ווען די קערפּער פונקציאנירט שוין נישט מיטן פולן ברען, איז מען קראנק. א קראנקייט קען קומען פון דרויסן, פון באקטעריע, ווירוסן אדער פאראזיטן, אדער פון דרינען, פון א גענעטישן פעלער אדער א כראנישער ענדערונג אינעם קערפער. ווען א מענטש ליידט פון א קראנקייט איז א דאקטער מטפל מיט אים; ווען א בעל חי ליידט פון א קראנקייט ווערט דאס באהאנדלט דורך א וועטערינאר.

                                               

שוויצן

שוויצן איז דער פליסיגקייט וואס גיסט זיך פון א מענטש, בשעת מען איז אנגעצויגן אדער מען ארבייט שווער און די גלידער ווערן הייס, וואס איז א סכנה פון "אווערהיטינג" אבער דאן געבט דער גוף ארויס וואסער וואס וועפּט ארויף אין די לופט און דערמיט נעמט עס אוועק די הייסע טעמפעראטור און דער מענטש ווערט צוריק קאלט. זעה: שוויצבאד

                                               

שטורעם ווינט

א האריקעין אדער א שטורעם ווינט אדער הוראַגאַן איז אן עקסטרעמער שטארקער שטורעם וואס קומט פון ווארעמע וואסערן, וואס קען זיין זייער שעדליך און פאטאל, געוואנדען לויט די ראטע פון מייל פער שטונדע און וויפיל רעגן עס ברענגט מיט זיך. אן אלגעמיינער ווינט איז בערך 30 מ.פ.ש. ווען עס גרייכט צו 70 מ.פ.ש. ווערט עס שוין פארעכנט שעדליך, ווי עס קען חרוב מאכן הייזער און אויסרייסן ביימער, לויט עקספערטן קען אן אלגעמיינער פערזאן זיך נישט קעגן שטעלן א ווינט העכער 100 מ.פ.ש. די לעצטע ברייט באקאנטער הוראגאן איז געווען הוראגאן קאטרינא, וואס האט געמאכן געפערליכע שאדנס אין די שטאט ניי ארליענס, לואיזיאנא און געבערעגט ...

                                               

שניי

שניי אינעם ווינטער סעזאָן פאַלט דאָס אַראָפּ ווי רעגן, ווייס און ווייך, אויפגעבלאָזן אפען און קריסטאַל בליטשעקדיג, וויבאַלד דער שיכט איז צאם געשטעלט פון אַסאך פאַרשידענע קליינטשיגע מינע אייז פאָרעמעס און סייזעס. דאס ווערט באַשאַפן דורך דעם וואָס די וואָלקענעס ווערן געפרוירען אין די ספערן, פאַלט דאָס אייזיגערהייט אַנשטאָט רעגן פליסיגקייט אדער סתם אייז וואס ווערט געפרוירן נאכדעם וואס סאיז שוין געווען וואסער. די פאָרעם פון די שניי שטיקלעך זענען יעדער איינע פארשידענארטיג, כמעט קיינמאָל וואס איינס ענדלט צום אנדערן. עס איז געווענליך פון זעקס זייטן, קונסטליך שיין. שניי הילט איין און האלט דערמיט ו ...

                                               

תנ"כישער מוזיי פון נאטור־געשיכטע

דער תנ"כישער מוזיי פון נאַטור־געשיכטע איז אַ קליינער מוזיי אין בית שמש, ישראל, געווידמעט צו דער נאַטור־געשיכטע פונעם תנ"ך. דער מוזיי איז געגרינדעט געווארן אין 2014 דורך הרב נתן סליפקין.

לוזשע
                                               

לוזשע

לוזשע איז אַ קלײנע זאַמלונג פֿון װאַסער װאָס קומט נאָך אַ רעגן אָדער פֿון אַ גרױסער אָזערע אָדער טײַך װאָס עקזיסטירט נאָך נישט און איז אַװעקגעגאַנגען. לוזשעס זענען זײער געװײנטלעך אין לעכער אױף װעגן, גאַסן און שאָסײען נאָך אַ רעגן אָדער פֿאַרפֿלאַנציונג.

מאנגראווע
                                               

מאנגראווע

מאַנגראָװע װאַלד איז אַ מין װאַלד װאָס װאַקסט אין הײסע, טראָפּישע סבֿיבֿות, אױפן ברעג ים. די מאַנגראָװע בײמער זײנען אַדאַפּטירט צו װאַקסן אין זײער שװערע באַדינגונגען: זײערע װאָרצלן שטײען אין זאַלץ-װאַסער כמעט די גאַנצע צײַט. אָבער מיט הילף פֿון פֿאַרשײדענע אַדאַפּטאַציִעס, װי זאַלץ-דריזן װאָס ברענגען דעם זאַלץ אַװעק פֿון די פֿלאַנצען, קאָנען די בײמער איבערלעבען. אין מאַנגראָװע-װעלדער עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך חיות, װי צום בײַשפּיל פֿײגעלעך, קראַבן און שרצים.