Back

ⓘ ישראל פון רוזשין. רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל פראהבישט, לעבן קיעוו, ג תשרי התקנז, צו זיין פאטער הרב שלום שכנא פון פראהבישט, א זון פון ..




                                               

ישראל פרידמאן (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: ישראל פרידמאן איז דער נאמען פון: רבי ישראל פרידמאן כ"ד אלול התרל"ח - ל מנחם אב התשי"א, פון באיאן-לייפציג. רבי ישראל פרידמאן ג תשרי התקנ"ז - ג חשוון התרי"א פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער. רבי ישראל פרידמאן כ שבט התרי"ב - י"ג תשרי התרס"ז, פון סאדיגורא. רבי ישראל פרידמאן - י"ט מנחם אב התשמ"ד פון ניו יארק, א זון פון רבי יצחק פרידמאן ב חשוון התרמ"ו - י"א כסלו התרפ"ה, פון רימאנאוו. רבי ישראל פרידמאן, אן איידעם פון רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ, א זון פון רבי משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן. רבי ישראל פרידמאן ט"ז כסלו התרי"ח ...

                                               

הויפט זייט/ג חשוון

התשע"ד - נפטר געווארן הרב עובדיה יוסף, ראשון לציון און גייסטלעכער פירער פון ש"ס פארטיי געב התרפ"א התרי"א - נפטר געווארן רבי ישראל פון רוזשין, גרינדער פון דער רוזשינער דינאסטיע

                                               

הויפט זייט/ג תשרי

התקנ"ז - געבוירן רבי ישראל פון רוזשין, גרינדער פון דעם רוזשינער חסידות נפטר התרי"א. דער תענית צום גדליה אחוץ ווען דער טאג געפאלט שבת התמ"ג - נפטר געווארן הרב אברהם אבלי הלוי פון גאמבין, מחבר פונעם מגן אברהם אויף שולחן ערוך אורח חיים געב השצ"ז התר"ח - נפטר געווארן רבי זעקל לייב ווארמזער, דער מיכלשטאטער בעל שם התרכ"א - נפטר געווארן הרב ישראל ליפשיץ, רב אין דאנציג, מחבר פון תפארת ישראל אויף משניות.

ישראל פון רוזשין
                                     

ⓘ ישראל פון רוזשין

רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן שטעטל פראהבישט, לעבן קיעוו, ג תשרי התקנ"ז, צו זיין פאטער הרב שלום שכנא פון פראהבישט, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד, און צו זיין מוטער מרת חוה א טאכטער פון הרב אברהם פון קראסטשאוו, אן איידעם פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון טשערנאבל.

                                     

1. זיין געשיכטע

אין עלטער פון זעקס יאר י"ד תשרי התקכ"ט, איז רבי ישראל געווארן א יתום פון זיין פאטער, און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין עלצטן ברודער רבי אברהם פון פראהבישט.

אין יאר התקע"ג אין עלטער פון זעכצען יאר, נאך דער פטירה פון זיין ברודער, האט מען אויפגענומען רבי ישראל אלס ממלא מקום. ער האט אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע אין פראהבישט, נאכהער אין סקווירא שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין רוזשין. דארט האט ער אנגעהויבן צופירן זיין רבישן הויף, מיט א וועג פון פראכט און שיינקייט, מיט קעניגלעכע און אדעלע אויפפירונגען, פון דרויסן באפוצט פון גאלד און זילבער, גאלדענע בעקישע קנעפ פארפאסט מיט דיאמאנט, רײַטוועגנס געשפאנט מיט פיר ווייסע אויסשטאפירטע פערד, און פון אינווייניג א צעבראכן הארץ מיט אן אויסגעפײַניגטן קערפער, וועלכער האט נישט הנאה געהאט פון דער וועלט מיטאמאל ווי א דינער פאדים.

אין יאר התקצ"ח איז רבי ישראל אנטקלאגן גיװארן װי א אױפריהרער קעגן דעם צאר, און איז ארעסטיטרט גיװארן אין קיעװ און שפעטער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסקי ער איז געפייניגט געווארן אין געפענגעניש קערפערליך און גייסטיש נאנט צו צוויי יאר, ביז זיין באפרייאונג ט"ו אדר א הת"ר. אין יאר הת"ר נאך זיין באפרייאונג איז אים געלונגען צו אנטלױפן פון רוסלאנד קיין עסטרייך. פֿריער האט ער זיך באזעצט אין קישינעוו, דערנאך אין יאס און צום סוף האט ער זיך אַריבערגיצױגן קיין סאדיגורא.

רבי ישראל, אדער ווי מען רופֿט עם "דער הייליגער רוזשינער", האט גיהאט זעקס זין, יעדער פון זיי האט גיגרונדעט א חסידישן הויף. פון זיי זענען ארויסגעקומען די חסידישע הויפֿן סאדיגורא, טשארטקאוו, הוסיאטין, באיאן, באהוש, שטעפאנעשט, און פון זיין איידעם דעם וואסלויער הויף.

                                     

2. פאמיליע

אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי ישראל געהייראט אין באטושאן, ראמעניע מרת שרה א טאכטער פון הרב משה הלוי אפרתי פון בארדיטשוב. זייערע קינדער:

  • הרב שלום יוסף פרידמאן התקע"ג - י"א אלול התרי"א, פון סאדיגורא.
  • מרת חיה מלכה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מנחם מנדל העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו. בזיווג שני די ווייב פון הרב יצחק טווערסקי התקע"ב - י"ז ניסן התרמ"ה, פון סקווירא ר איציקל סקווערער. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
  • הרב אברהם יעקב פרידמאן כ חשוון התק"ף - י"א אלול התרמ"ג, פון סאדיגורא.
  • הרב דוב בער פרידמאן התקפ"א אומגעפער - י"ג כסלו התרל"ו), פון ליעווא.
  • מרת גיטל טויבא, די ווייב פון הרב יוסף מאנזאהן - י"ח שבט.
  • הרב מנחם נחום פרידמאן התקפ"ג - י"ד כסלו התרכ"ט, פון שטעפאנעשט.
  • מרת מרים מאניא, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ.
  • הרב דוד משה פרידמאן שבועות ז סיון התקפ"ח - הושענא רבה התרס"ד, פון טשארטקאוו
  • מרת לאה - י"ד שבט התרמ"ב די ווייב פון הרב דוד היילפרין התקפ"א - י"ח שבט התרנ"ד פון בארדיטשוב.
  • הרב מרדכי שרגא פרידמאן כ אייר התקצ"ד - כ"ב אייר התרנ"ד, פון הוסיאטין.

בזיווג שני האט רבי ישראל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר דוד לייב לייבנער פון דוקלא, די אלמנה פון רבי צבי הירש פון רימאנאוו.