Back

ⓘ ריגל געגנטן. 31°48′10″N 35°13′48″E די ריגל געגנטן זענען א קייט פון פיר יידישע געגנטן אין צפון־מזרח ירושלים וואס פארבינדן סנהדריה מיט הר הצופים. די געגנטן האט מע ..




ריגל געגנטן
                                     

ⓘ ריגל געגנטן

31°48′10″N 35°13′48″E

די ריגל געגנטן זענען א קייט פון פיר יידישע געגנטן אין צפון־מזרח ירושלים וואס פארבינדן סנהדריה מיט הר הצופים. די געגנטן האט מען אויפגעשטעלט נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה צו שאפן א פאראייניקטע זידלונג צווישן מערב ירושלים און הר הצופים, כדי צו פארמיידן דעם אפשניט פון הר הצופים א צווייט מאל, און צו דערמעגלעכן שאפן א שאסיי, אשכול בולעוואר, וואס גייט אדורך יידישע געגנטן. רמת אשכול און אשכול בולעוואר האבן א נאמען נאכן פרעמיער מיניסטער פון ישראל לוי אשכול, וואס האט איניציאירט אויפשטעלן די ריגל געגנטן.