Back

ⓘ דיאלעקטיק. דיאַלעקטיק איז א באגריף אין מערבדיקער פילאסאפיע וואס דינט צו שילדערן פארשידענע מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט ..




                                     

ⓘ דיאלעקטיק

דיאַלעקטיק איז א באגריף אין מערבדיקער פילאסאפיע וואס דינט צו שילדערן פארשידענע מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט פון גייסט אדער מאטעריע אדער ביידע צוזאמען. דער פארשפרייטסטער זינען פונעם ווארט דיאלעקטיק איז די אנטוויקלונג פון א לייזונג צו א קאנפליקט.

לויט העגל אנטוויקלט די היסטאריע פון דער וועלט דורך דיאלעקטיק. ער האט אוועקגעשטעלט דריי פרינציפן:

  • די וועלט ענדערט זיך נישט אין קרייזן נאר אין ספיראלן.
  • ביסלעכווייז קומט צו א פונקט וואו איין קראפט הערשט איבער דער קעגנארטיקער קראפט.
  • אלץ שטאמט פון קעגנארטיקע צדדים.