Back

ⓘ ישראל האגער, א. רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין וויזשניץ ב אלול התרך, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, באקאנט אלס דער אמרי ברוך פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם ..




                                     

ⓘ ישראל האגער (א)

רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין וויזשניץ ב אלול התר"ך, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, באקאנט אלס דער "אמרי ברוך" פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת ציפורה א טאכטער פון הרב אריה לייב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא, אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.

                                     

1. רבנות

רבי ישראל איז געווען אלט 14 יאר ווען ער האט באקומען היתר הוראה פונעם שואל ומשיב און פון בית שלמה.

נאך זיין חתונה איז רבי ישראל געבליבן צו וואוינען ביי זיין שווער אין דזשיקאוו. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב יהושע הורוויץ "דער עטרת ישועה". אין יאר התרל"ח איז רבי ישראל צוריקגעפארן קיין וויזשניץ. נאך זיין פאטערס פטירה, כ כסלו התרנ"ג, האט מען אויפגענומען דעם בכור רבי ישראל אלס רבי, און ממלא מקום פון דעם פאטער.

אין התרס"ג האט ער געגרינדעט א ישיבה גדולה פאר בחורים, וואס איז געווען א זעלטענע זאך אין יענע גלילות דעמאלטס.

ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי ישראל אריבער קיין קיטוב, און אין יאר התרע"ה ווען די רוסן האבן געהאלטן ביי אייננעמען בוקאווינא איז רבי ישראל אריבערגעצויגן פון גאליציע קיין אונגארן און האט זיך באזעצט אין גראסווארדיין.

                                     

2. הסתלקות

רבי ישראל איז נפטר געווארן פרייטיג צו נאכטס ב סיון התרצ"ו. אום י"ג אייר התש"ט האט מען ארויף געברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל אין ער ליגט אין בני ברק.

                                     

3. פאמיליע

אין יאר התרל"ה, ביי פופצן יאר, האט רבי ישראל געהייראט אין זשאבנא בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם". זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדיל האגער התרמ"ה - י"ג טבת התש"א, פון ווישעווע
  • הרב חיים מאיר האגער ט"ו כסלו התרמ"ח - ט ניסן התשל"ב, דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. "דער אמרי חיים".
  • הרב אליעזר האגער כ"ב שבט התרנ"א - ב אלול התש"ו, פון וויזשניץ. "דער דמשק אליעזר".
  • הרב ברוך האגער התרנ"ה - ב חשוון התשכ"ד, פון סערעט
  • הרב שמואל אבא האגער התרנ"ו אומגעפער - י"ז חשוון הת"ש), פון וויזשניץ
  • מרת חיה, די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
  • מרת חוה, די ווייב פון הרב אלטער יחזקאל הורוויץ, פון דזשיקאוו.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב צבי חיים הורוויץ פון רימאנאוו.
  • מרת דבורה די ווייב פון הרב אלטער מנחם מענדל האגער הי"ד כסלו התרנ"ז - כ"ט אייר התש"ד, פון בארשא.
  • מרת שיינא רחל די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשל פון זשינקאוו.
  • מרת העניא, די ווייב פון הרב מרדכי שרגא פרידמאן התרנ"ד אומגעפער - ט"ז טבת התש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ, א זון פון הרב מנחם נחום פרידמאן, פון באיאן און טשערנאוויץ.