Back

ⓘ גאלדע מאיר. גאָלדע מאיר איז געווען די פערטע פרעמיער מיניסטארין פון ישראל. געבוירן אין אוקראינע אין 1898, זייענדיק גאר יונג, האט איר פאמיליע עמיגרירט קיין מילווא ..




גאלדע מאיר
                                     

ⓘ גאלדע מאיר

גאָלדע מאיר איז געווען די פערטע פרעמיער מיניסטארין פון ישראל.

געבוירן אין אוקראינע אין 1898, זייענדיק גאר יונג, האט איר פאמיליע עמיגרירט קיין מילוואקי, אמעריקע.

ווען זי איז אלט געווען 23, איז זי געקומען וווינען קיין פאלעסטינע, אין קיבוץ מרחביה.

זי איז געווען א דיפלאמאט פוו דער יידישער אגענטור, איידער דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, און געווען א ישראל דיפלאמאט אין רוסלאנד נאכדעם האט זי געדינט אלס מיניסטארין אין פארשידענע פאזיציעס. ווען לוי אשכול איז געשטארבן, האט מען זי אויסגעקליבן אלס פרעמיער, און ביי די נאציאנאלע וואלן האט זי געווינען. זי איז געווען פון 1969 ביז נאך דער יום כיפור מלחמה, און אין יאר 1974 האט זי רעזיגנירט.

זי האט פארארדענט די אפעראציע, אומצוברענגען די פאראנטווארטליכע, אין די ישראלדיקע ספארטלער אומקום ביי די מינכן אלימפיאדע, אין יאר 1972.

זי איז געווען באוואוסט אלס די באבע פון מדינת ישראל. זי איז געשטארבן אין 1978 אלט זייענדיק אכציק יאר, און דריי מאנאטן איידער זי איז געשטארבן, האט מנחם בעגין אונטער געשריבן דעם שלום אפמאך, צווישן ישראל און עגיפטן.

פון אירע באוואוסטע זאצן, נישטא א פאלק וואס הייסט פאלעסטינע פאלק, איך קאן נישט פארגעבן פאר די אראבער, פארן אונדז צווינגען מלחמה צו האלטן מיט זיי.