ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 35




                                               

ווינקל

אין געאמעטריע, איז א ווינקל א טייל פון א פלאך וואו צוויי שטראלן קומען צוזאמען אין א פונקט. דער פונקט וואו די ביידע שטראלן קומען צוזאמען רופט מען דעם שייטלפונקט אדער שייטל. די גרייס פון א ווינקל איז דאס פארהעלטעניש פון א קרייזבויגן צו זיין ראדיוס. ...

                                               

זייגערדיק

א זייגערדיקע באַוועגונג איז איינע וואָס באוועגט אין אַ קרייַז ווי דער שאטן פון א זונזייגער אדער ווי די הענט פון א זייגער: פון אויבן אראפ רעכטס, דערנאך אַראָפּ, דעמאָלט צו לינקס, און צוריק צום שפּיץ. די פאַרקערט פון זייגערדיק איז קעגן־זייגערדיק. ד ...

                                               

זעקסעק

א זעקסעק איז א פילעק מיט זעקס ריפן. אין אן איינפאכן זעקסעק באטרעפן די זעקס אינעווייניגע ווינקלען פון א זעקסעק 720º. די פלאך מאס פון א רעגלמעסיקן קאנוועקסן זעקסעק מיט ריפ לענג a ווערט גערעכנט: A = 3 2 a 2 cot ⁡ π 6 = 3 2 a 2 ≃ 2.59808 a 2. {\displ ...

                                               

טראפעז

אין געאמעטריע איז א טראַפּעז א פירעקיקער פֿילעק פֿארעם מיט צוויי פאראלעלע ריפן. אויב איינע פון די זייטנדיקע ריפן איז גראדע צום פאראלעל הייסט דאס א גלייך ווינקלדיקער טראפעז. אויב זיינען אלע ריפן פאראלעל הייסט דאס א פאראלעלאגראם. אויב זיינען אלע רי ...

                                               

לענג

לענג איז דער לאנג דימענסיע פון יעדער אביעקט. די לענג פון א זאך איז פשוט די ווייטקייט צווישן ביידע עקן פון די זאך. ביישפילן פון לענג זענען הייך וואס איז די ווערטיקאל ווייטקייט. און ברייט וואס איז די ווייטקייט פון זייט צו זייט.

                                               

ספערויד

א ספֿערויד, אדער ראטאַציע עליפסויד, איז אן אייבערפלאך וואס מען באקומט פון ארומדרייען אן עליפס ארום איינעם פון זיינע הויפט אַקסן, ד"ה אן עליפסויד וואס האט צוויי האלב־דיאמעטערס גלייך. אינעם פאל וואס מען דרייט דעם עליפס ארום זיין גרעסערן אקס, באקומט ...

                                               

פארעם

פֿארעם באציט זיך געוויינליך אויף דער דרויסענדע צוויי־ אדער דריי־דימענסיענעלער ראם, אויסזען אדער אויסשטעל פון א געאמעטרישן פיגור - אין קאנטראסט צו דער זאך פון אינעווייניג ווי דער אינהאלט אדער סובסטאנץ פון וואס סאיז צאמגעשטעלט. דאס ווארט פארעם איז ...

                                               

פיטאגאראס פרינציפ

דער פיטאַגאָראַס פּרינציפּ איז א געאמעטרישער כלל וועלכער איז געווארן באקאנט געמאכט דורך דעם גריכישן פילאסאף און מאטעמאטיקער פיטאגאראס. דער כלל לערנט אז ביי יעדן רעכטווינקל דריי-עק, וועט די שטח פון א פערפעקטן קעסטל אויפן היפאטענוז דער שיפער חלק אנ ...

                                               

פילעק

אין געאמעטריע, איז א פֿילעק א פלאכער פארעם ארומגענומען מיט גראדע ריפן. דער צוזאמענטרעפֿפונקט פון צוויי ריפן הייסט א שפיץ. א פילעק מיט n ריפן רופט מען אן n -עק. ווען אלע ריפן זענען גלייך הייס דער פילעק רעגלמעסיק.

                                               

פינפעק

א פינפעק איז א פילעק מיט פינף ריפן. אין אן איינפאכן פינפעק באטרעפן די פינף אינעווייניגע ווינקלען פון א פינפעק 540º. די פלאך מאס פון א רעגלמעסיקן קאנוועקסן פינפעק מיט ריפ לענג t ווערט גערעכנט: A = t 2 25 + 10 5 4 = 5 t 2 ⋅ tan ⁡ 54 ∘ 4 ≈ 1.7204774 ...

                                               

קאארדינאטן סיסטעם

אין געאמעטריע איז א קאארדינאַטן סיסטעם א סיסטעם וואס באניצט איין אדער מער נומערן, וואס מען רופט קאארדינאטן, צו באשטימען איינציק די פלאצירונג פון א פונקט אדער אן אנדער געאמעטרישן עלעמענט. דער סדר פון די קאארדינאטן איז דייטיק - טיילמאל אידענטיפירט ...

                                               

קוואדראט

קוואַדראַט איז אַ פירעקיקע פילעק פֿאָרעם פֿון 4 גלייכע ריפן מיט דער זעלבער לענג און גלייכע ווינקלען. די קוואַדראַטישע דיאַגאָנאַלן האָבן די זעלבע לענג און זענען פערפענדיקולאר מיט אנאנד. יעדער דיאַגאָנאַל איז גרעסער פון א ריפ מיט א פאקטאר 2 {\disp ...

                                               

ראדיוס

אין געאמעטריע, איז דער ראַדיוס דער ליניע סעגמענט פונעם צענטער פון א קרייז מיט זיין ארומקרייז, אדער דער צענטער פון א קיילעך און זיין אייבערפלאך, און אויך די לענג פון דעם סעגמענט. די לענג פונעם ראדיוס איז העלפט פון דער לענג פונעם דיאמעטער. אין געאמ ...

                                               

שטח

צי מיינט איר א שטיקל באדן? שטח איז א מאס פון א פלאכער שטח א פלוין. רוב מאל מעסט מען א שטח לויט קוואדראט מעטערס. מען קען אויך מעסטן דעם שטח פון א פלאכטע; למשל, קען מען מעסטן דעם אייבערפלאך־שטח פון א דריי־דימענסיאנעלן פיגור. אין געאמעטריע איז פאראן ...

                                               

שטריך

דער ארטיקל דיסקוטירט ליניע אין געאמעטריע. טאמער זוכט איר די מענטשלעכע אייגנקייט, זעט אייגנשאפט. א שטריך איז א דינע ליניע, וואס אין געאמעטריע חשבון נעמט דאס נישט אויף קיין פלאץ, עס איז נאר אין מחשבה. ווי צום ביישפיל, ווען מען וויל אנצייכענען די פי ...

                                               

טריגאנאמעטריע

טריגאנאמעטריע איז א צווייג פון מאטעמאטיק וואס שטודירט דרייעקן און די פארהעלטענישן צווידן די לענג פון זייערע עקן און די ווינקלען צווישן יענע עקן. טריגאנאמעטריע דעפינירט די טריגאנאמעטרישע פונקציאנען, וואס ביישרייבן די פארהעלטענישן, און זענען אנווענ ...

                                               

סינוס

דער סינוס איז אַ פּעריאָדישע פֿונקציע וואָס מען באַניצט אין מאַטעמאַטיק און פֿיזיק. דער אַרגומענט פֿונעם סינוס איז בכלל אַ רעאלע צאל, און דער ווערט פונעם סינוס ליגט צווישן 1- און 1+. פֿונדעסטוועגן, קען דער אַרגומענט זײַן אַ קאָמפּלעקסע צאָל.

                                               

אנאלאגיע

אנאלאגיע איז סיי פון קאגניטיווער בחינה א פראצעס פון טראנספערירן אינפארמאציע פון איין סאביעקט צו אן אנדער באזונדער סאביעקט, און אויך איז עס א לינגוויסטישער אויסדרוק קארעספאנידרענדיג צו אזא פראצעס. אין די שמעלערע זין פון ווארט, איז אן אנאלאגיע א מש ...

                                               

באגריף

באגריף איז אן אבסטראקטער געדאנק וואס ווערט אויסגעפארעמט אין דעם באוואוסטזיין, דאס איז אזא סארט מענטאלישער סימבאל צאמגעשטעלט פון געשענישען און שפראך און אזוי ווייטער.

                                               

לעאנהארד אוילער

לעאנהאַרד אוילער איז געווען א שווייצער מאטעמאטיקער און פיזיקער. ער האט אנטפלעקט וויכטיגע רעזולטאטן אין פארשידענע פעלדער, פון קאלקולוס צו גראפן טעאריע. ער האט איינגעפירט א סאך פון דער מאדערנע טערמינאלאגיע און נאטאציע וואס מאטעמאטיקער ניצן היינט, א ...

                                               

אוקלידוס

אוקלידעס איז געווען א גריכישער געלערענטער, ספעציעל איז ער געווען באקאנט מיט מאטעמאטיק אויף וואס ער האט מחבר געווען אן עקסטער בוך "די יסודות פון אוקלידוס", וואס מען רופט אין קורצן "אוקלידעס". כאטש דאס בוך איז בעיקר וועגן געאמעטריע, אבער עס אנטהאלט ...

                                               

אל־כוואריזמי

מוכאמאד איבן מוסא אל־כוואַריזמי איז געווען א פערסישער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און געאגראף. ער איז געבוירן בערך 800 און האט געלעבט ביז בערך 850, אין דער תקופה פון דער אבאסישער אימפעריע. ער האט געשריבן א בוך וועגן אלגעברע. אויך האט ער געשריבן וועגן ה ...

                                               

פראנסוא אראגא

אַראַגאָ איז געבוירן געווארן אין עסטאַגעל, א קליין דאָרף פון 3000 לעבן פּערפּיניאַן, פֿראַנקרייַך, ווו זיין פאטער האט געהאלטן די פּאָזיציע פון קאנצלער פון די מינט. אַראַגאָ איז געווען דער עלטסטער פון פיר ברידער. דזשין 1788-1836 האט אימיגרירט אין ...

                                               

ארכימעד

אַרכימעד פון סיראקוזע איז געווען א גריכישער מאטעמאטיקער, פיזיקער, אינזשעניר, ערפינדער, און אסטראנאם. ער איז געווען פון די הויפט וויסנשאפטלער אין אוראלטע צייטן, אבער קיין סאך פרטים וועגן זיין לעבן קען מען נישט. ער האט גערעכנט דעם שטח אונטער א בויג ...

                                               

דניאל בערנולי

דניאל בערנולי איז געווען א האלענדישער מאטעמאטיקער וואס רוב זיין לעבן האט ער געוואוינט אין באזעל, שווייץ, וואו ער האט געארבעט מיטן מאטעמאטיקער לעאנהארד אוילער. דער בערנולי פרינציפ וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען איז גאר וויכטיק אין אעראדינאמיק. ...

                                               

יאהאן בערנולי

יאהאַן בערנולי איז געווען א שווייצער מאטעמאטיקער, פון דער באקאנטער בערנולי פאמיליע. ער איז באקאנט פאר זיינע ביישטייערונגען צום אינפיניטעזימאלן קאלקולוס.

                                               

יאקאב בערנולי

יאקאב בערנולי איז געווען א פראמינענטער שווייצער מאטעמאטיקער. יאקאב בערנולי איז געבוירן אין באזעל, שווייץ. ער האט אנגעהויבן שטודירן טעאלאגיע, אבער ער האט אויך שטודירט מאטעמאטיק און אסטראנאמיע. פון 1676 ביז 1682 איז ער ארומגעפארן אייראפע און האט גע ...

                                               

זעליג בראדעצקי

זעליג בראדעצקי איז געווען א יידישער מאטעמאטיקער, א ציונישער עסקן און דער פרעזידענט פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

                                               

בראהמאגופטא

בראַהמאַגופטאַ איז געווען אן אינדישער מאטעמאטיקער און אסטראנאם וואס האט געשריבן צוויי וויכטיקע ווערק וועגן מאטעמאטיק און אסטראנאמיע. מען האלט אז בראַהמאַגופטאַ האט געשטאמט פון בהינמאל און האט געוואוינט דארט זיין גאנצן לעבן. בראַהמאַגופטאַ איז געו ...

                                               

עוואריסט גאלוא

עוואַריסט גאַלואַ איז געווען א פראנצויזישער מאטעמאטיקער. ער איז באוואוסט פאר זיין ארבעט אויף אלגעברעאישע גלייכונגען. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון גרופע טעאריע און דער גרינדער פון גאלוא טעאריע. ער איז געשטארבן פון א שאס-וואונד וואס ער ה ...

                                               

רענע דעקארט

רענע דעקארט איז געווען אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און מאטעמאטיקער. דעקאַרט האט אריינגעפירט דעם ראציאָנאליזם אין די פֿילאָסאָפֿישע מעטאָדן. ער האט פאָרמולירט דעם באזיס פאר דער מאָדערנער געאָמעטריע. ער האט איבערגעלאזט זיין השפעה אויף דער מאָדערנע ...

                                               

וויליאם ראאן האמילטאן

סיר וויליאם ראאַן האַמילטאן איז געווען אן אירישער פיזיקער, אסטראנאם און מאטעמאטיקער וואס האט וויכטיק בייגעשטייערט צו קלאסישער מעכאניק, אפטיק און אלגעברע. זיינע שטודיעס פון מעכאנישע און אפטישע סיסטעמען האבן אים געברענגט צו אנטפלעקן נייע מאטעמאטישע ...

                                               

דויד הילבערט

דויד הילברט איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער וואס האט שטארק באאיינפלוסט די מאטעמאטיק פונעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט און דעם אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט, סיי דורך זיין דירעקטן בײַשטײַער סײַ דורך זיין השפעה אויף אנדערע. הילבערט האט אנטוויקלט א ר ...

                                               

איגאר טאם

איגאר יעווגעניעוויטש טאם איז געווען א רוסישער פיזיקער און מאטעמאטיקער, געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1958. טאם איז געבוירן געווארן אין וולאדיוואסטאק און דערנאך האט געוואוינט און שטודירט אין קיראוואגראד היינט אין אוקראינע. אין די יארן 19 ...

                                               

עלן טיורינג

עלן מאטהיסן טיורינג איז געווען א בריטישער מאטעמאטיקער, וואס איז געווען איינער פון די גרינדער פון קאמפיוטער וויסנשאפט. ער האט ראפינירט די דעפיניציע פון און אלגאריטם און ער האט דערפינדן דעם באגריף פון א טיורינג מאשין. טיורינג האט געהאט א שטארקן אינ ...

                                               

גאטפריד ווילהעלם לייבניץ

גאטפֿריד ווילהעלם לייבניץ איז געווען א דייטשער פילאסאף און מאטעמאטיקער. ער האט געשריבען אויף לאטיין, פראנצויזיש און דייטשיש. לייבניץ פארנעמט א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון מאטעמאטיק צוליב דעם וואס ער האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אומאפהענגיק ...

                                               

דזשיימס קלארק מאקסוועל

דזשיימס קלאַרק מאַקסוועל איז געווען א סקאטישער פיזיקער און מאטעמאטיקער. ער האט פארמולירט די קלאסישע עלעקטראמאגנעטישע טעאריע, וואס האט פאראייניגט אלע עקספערימענטן און גלייכונגען פון עלעקטריע, מאגנעטיזם און אפטיק אין איין טעאריע. מאקסוועלס גלייכונג ...

                                               

אייזיק ניוטאן

סער אײַזיק ניוטאָן איז געווען אן ענגלישער וויסנשאפטלער, פיזיקער, מאטעמאטיקער, אסטראנאם, אלכעמיסט און פילאסאף, וואס טייל האלטן אים פאר דעם גרעסטן וויסנשאפטלער וואס האט געלעבט. זיינע אויפטוען אין פיזיק און אין מאטעמאטיק זענען נאך די יסודות צו די ענ ...

                                               

דזשוסעפע פיאצי

דזשוסעפע פיאַצי איז געווען אן איטאליענישער קאטוילישער גלח, מאטעמאטיקער, און אסטראנאם. ער האט אויפגעשטעלט אן אבסערוואטאריע אין פאלערמא, און אנטדעקט דעם קארליק פלאנעט צערעס. ער איז געשטארבן אין 1826 אין נאפאלי.

                                               

פיטאגאראס

פיטאַגאָראַס פון סאמאס, 496-582, איז געווען אַ גריכישער מאַטעמאַטיקער און פֿילאָזאָף, און האט געפירט א מיסטעריעזע רעליגיעזע כת. ער ווערט גערופען "דער פאטער פון נומערן", און איז באקאנט פאר דער מאטעמאטישער באגריף "דער פיטאגאראס פרינציפ". עס זענען נ ...

                                               

פיער דע פערמא

פיער דע פֿערמאַ, א פראנצויזישער אדלמאן, איז געווען פון די גרעסטע מאטעמאטיקער פונעם 17טן יארהונדערט. פערמא איז געווען א יוריסט, און האט געארבעט אין מאטעמאטיק ווי א האבי, דעריבער האט מען אים גערופן "פרינץ פון די אמאטארן". פערמא האט שטודירט אינעם או ...

                                               

דוד פריזנהויזן

ר דוד פֿריזנהויזן איז געווען א מאטעמאטיקער, דיין און א משכיל, האָט ערשט פארגעלייגט די גרינדונג פון א בית מדרש פאר רבנים אין דער עסטרייכישער אימפעריע. ער האט מחבר געווען מוסדות תבל.

                                               

לואיס קאראל

לואיס קאראל איז געווען דער פסעוודאנים פון טשאַרלס לאַטווידזש דאדזשסאן, א בריטישער שרייבער, לאגיקער, מאטעמאטיקער, אנגליקאנער קלעריקער, און פאטאגראף. ער איז מערסט באקאנט פאר זיינע בוך אליסנס אוואנטורעס אין וואונדערלאנד וואס ער האט פארציילט צו אליס ...

                                               

יאהאנעס קעפלער

יאהאַנעס קעפלער איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און אסטראלאג. ער איז געווען טעטיק אין דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע פון דעם 17טן יארהונדערט, און ער איז שטארק באקאנט פאר די געזעצן פון פלאנעטארישער באוועגונג, אויף זיין נאמען. קעפלערס פאר ...

                                               

0 (נומער)

נול אדער זעראָ איז דער נומער 0 וואס קומט נאך 1- און פאר 1. עס איז אַ נומער וואָס באַדייט גאָרנישט מיט גאָרנישט. 10 זעראָס איז צען מאָל גאָרנישט און 1.000 זעראָס זענען טויזנט מאָל גאָרנישט. די זעראָס פאַר זיך האָבן נישט קיין שום באַדייט און קיין ש ...

                                               

42 (נומער)

42 איז גימטריא מ"ב צוויי און פערציג, עס איז דא א הייליג שם וואס ווערט דערמאנט און זוהר און אין ספרי קבלה, דאס איז די עליות העולמות, דערמיט ווערט נתעלה פון איין וועלט צום צווייטן, דאס הייסט עס איז דא פיר וועלטן אצילות, בריאה, יצירה עשיה, און מיטן ...

                                               

50 (נומער)

פופציג איז די קלענסטע צאל וואס מען קען שרייבן ווי די סומע פון צווי קוואדראטצאלן אין צוויי פארשידענע אופנים: 50 = 1 2 + 7 2 = 5 2 + 5 2. זי איז אויך די סומע פון דריי קוואדראטצאלן: 50 = 3 2 + 4 2 + 5 2.

                                               

ביליאן

אַ ביליאָן איז מסתּמא דער נומער 1.000.000.000 הײַנט. אַ ביליאָן פֿלעגט באַטײַטן 2 {\displaystyle ^{2}}. אפֿילו הײַנט באַטײַט דער וואָרט מיליאַרד 1, 000, 000, 000 {\displaystyle 1.000.000.000} און ביליאָן באַטײַט 2 {\displaystyle ^{2}} אין עטלעכע ...

                                               

גוגאל

גוגאָל איז דער נומער 1 מיט 100 נולן עס ווערט געשריבן אין קורצן אזוי 10 100. דער נומער איז געשאפן געווארן אינעם יאר 1938 דורך "מילטאן סיראָטאַ" א פלימעניק פון דער מאטעמאטיקער עדווארד קאסנער. די זוכמאשין גוגל הייסט נאכן נומער גוגאל.

                                               

גאנצע צאל

א גאנצע צאל איז א גאנצער נומער און נישט קיין ברוכצאל. א גאנצע צאל קען זיין א פאזיטיווער נומער אדער א נעגאטיווער נומער אינקלודיוו א נול. א גאנצע צאל איז די גרופע {.3, 2, 1, 0, 1‏−, 2‏−, 3‏−.}. געוויינטלעך באצייכנט מען דעם סכום פון גאנצע צאלן מיטן ...